דאָס אויפֿלעבן „אַ בינטל בריוו‟ אין דעם ייִדיש־קלאַס רופֿט אַרויס הײַנטצײַטיקע קשיותReviving “A Bintl Briv” in this Yiddish class brings food for thought
דרײַ סטודענטקעס האָבן געבעטן אַן עצה, צי זיי זאָלן זיך ווײַטער טרעפֿן מיט פֿרײַנד און משפּחה וואָס האָבן גאָר אַנדערע פּאָליטישע מיינונגען ווי זיי.
דעם לײענער פֿון די שורות איז זיכער באַקאַנט די רובריק „אַ בינטל בריװ‟ װאָס איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין פֿאָרװערטס אין 1906 און האָט זיך געדרוקט רעגולער ביז די 1980ער יאָרן — און פֿון צײַט צו צײַט אַפֿילו ביז לעצטנס.
עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע מיינונגען װעגן װער עס האָט געשריבן די בריװ. געװיסע קוואַלן טענהן אַז אַ סך פֿון זיי זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן נישט פֿון קײן לײענערס, נאָר פֿון דעם רעדאַקטאָר אַלײן אָדער פֿון אַנדערע מיטאַרבעטערס.
אין לעצטן סך־הכּל מײן איך אַז דער ענין ווער עס האָט געשריבן די בריוו איז נישט אַזױ װיכטיק. אַפֿילו אַז די בריװ זײַנען אַ מאָל געװען אױסגעטראַכט און איך שטעל זיך פֿאָר אַז דאָס איז בדרך־כּלל ניט געװען דער פֿאַל (און זיכער נישט אין די בלי־יאָרן פֿון דער צײַטונג, װען דער פֿאָרװערטס האָט געהאַט הונדערטער טױזנטער לײענערס און מסתּמא האָבן בײַ זיי קײן צרות ניט געפֿעלט), איז מען מסכּים אַז די בריװ זײַנען אַ װיכטיקע אָפּשפּיגלונג פֿון דער װעלט אין יענע יאָרן.
אין אַ ייִדיש־קלאַס וואָס איך לערן בײַם אַרבעטער־רינג האָבן מיר געלייענט עטלעכע דוגמאָות פֿון „אַ בינטל בריװ‟ פֿון אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. װי אַ געניטונג האָב איך די סטודענטן געבעטן אַלײן אָנשרײַבן אַ בריװ אין װעלכן זײ מאָלן אויס אַ צרה; דערנאָך װעלן די קלאַס־חבֿרים אַרומרעדן די בריוו און געבן עצות. איך האָב געװאָרנט דעם קלאַס נישט צו מאַכן די בריװ אַזױ טיף פּערזענלעך אַז זײ זאָלן זיך שעמען אַרומצורעדן דעם ענין מיט די אַנדערע סטודענטן.
אַזױ װי איך האָב די עובֿדה פֿאַרגעבן צװײ טעג נאָך די אַמעריקאַנער װאַלן, און אַרומגערעדט האָט מען די בריוו מיט אַ וואָך שפּעטער װען די אײַנװױנערס פֿון דעם לאַנד האָבן נאָך אַלץ ניט געװוּסט װער עס װעט זײַן אונדזער פּרעזידענט, איז מסתּמא ניט קיין חידוש װאָס אַ באַטײַטיקע פּראָפּאָרציע פֿון די בריװ האָבן געהאַט צו טאָן מיט דאָנאַלד טראָמפּ. גענױער גערעדט, זײַנען פֿיר פֿון דרײַצן בריװ געװען װעגן טראָמפּ און אױב מע רעכנט אַז פֿון די דרײַצן עצה־זוכערס זײַנען צען בירגער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן זעט מען אַז די צאָל איז נאָך מער באַטײַטיק: פֿערציק פּראָצענט פֿון די אַמעריקאַנער סטודענטן האָבן אױסגעדריקט אַ זאָרג פֿאַרבונדן מיט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט.
פּונקט װי די בריװ װאָס זײַנען אָפּגעדרוקט געװאָרן אין דעם פֿאָרווערטס מיט יאָרן צוריק, זײַנען די איצטיקע בריוו אַ װיכטיקער פֿענצטער אַרײַן אין דעם װאָס סע טוט זיך הײַנט אין אַמעריקע.
איך זאָג ניט אַז מײַן קלאַס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אָביעקטיװן פּראָפֿיל פֿון דער אַמעריקאַנער (אָדער אַפֿילו אַמעריקאַנער ייִדישער) באַפֿעלקערונג; פֿאַרקערט, לױט געוויסע קאָמענטאַרן וואָס איך האָב געהערט אין קלאַס, און לױט דעם װאָס זײ שרײַבן, האָבן אַלע סטודענטן מײַנע געשטימט פֿאַר די דעמאָקראַטן (אָדער פֿילנדיק דעם דופֿק פֿון דעם קלאַס האָבן די פּאָר יחידים װאָס האַלטן אַנדערש פּשוט געשװיגן). דאָס איז אַװדאי נישט קײן חידוש אין אַ ייִדיש־קלאַס, אַ סבֿיבֿה אין װעלכן מען איז בדרך־כּלל מער לינק־ װי רעכט־געשטימט. נישט געקוקט אויף דער פּאַרטיייִשקייט פֿון מײַן קלאַס מײן איך אַז די בריװ האָבן טאַקע אָנגערירט אײנע פֿון די הױפּט־פּראָבלעמען אין אונדזער הײַנטיקן פּאָליטישן קלימאַט. מיר װױנען אין אַ לאַנד װאָס איז אידעאָלאָגיש אַזױ צעטײלט אַז מענטשן, אַפֿילו אײגענע און נאָענטע, קענען נישט און ווילן נישט רעדן אײנער מיטן צװײטן.
איין סטודענטקע האָט געשריבן װעגן אַ חבֿר, אַ בחור פֿאַר װעמען זי האָט פֿריִער געהאַט דרך־ארץ, װאָס האָט געזאָגט אַז ער וועט שטימען פֿאַר טראָמפּ װײַל ער װיל ניט געצװוּנגען װערן צו טראָגן אַ מאַסקע; ס’איז דאָך עובֿר אױף זײַן פּערזענלעכער פֿרײַקײט. װאָס זאָל זי טאָן? פֿרעגט זי. װי אַזױ האַלט מען אָן אַ באַציִונג מיט אַזאַ אײנעם?
אַ צװײטע האָט געשריבן אַז זי האָט צען יאָר געװױנט מיט אַ מאַן — אַ ייִד, װאָס איז אין אָנהײב געווען „אַ גאַנץ אינטעליגענטער‟, אָבער איצט איז ער געװאָרן אַן אידעאָלאָג און זײ קענען זיך ניט פֿאַרשטײן. מילא, װען ער װאָלט נאָר געװען אַ רעפּובליקאַנער װאָלט נאָך געװען צום דערלײַדן, אָבער ער איז אַן אָנהענגער פֿון טראָמפּ און קוקט אױף פֿאָקס־נײַעס טאָג און נאַכט. ער איז פּשוט נישט דער זעלבער מענטש מיט וועמען זי האָט פֿריִער געלעבט. װאָס זאָל זי טאָן?
און דער דריטער משל איז אפֿשר דער װיכטיקסטער װײַל איך מײן אַז די דראַמע שפּילט זיך הײַנט אָפּ בײַ זײער אַ סך אַמעריקאַנער משפּחות. די שרײַבערין, אַ יונגע פֿרױ, דערציילט װעגן אַ חבֿרטע װאָס האָט ניט געוואָלט אַהײמפֿאָרן צו פּראַווען דאַנקטאָג מיט דער משפּחה װײַל זי קען מער ניט רעדן מיט אירע עלטערן װעגן פּאָליטיק. דעריבער וויל מײַן סטודענטקע וויסן אויב זי זאָל פֿאַרבעטן די חבֿרטע צו איר אייגענער משפּחה. „ס’איז שװער װען מע קען ניט רעדן מיט דער אײגענער משפּחה. איך מײן אַז זי דאַרף נישט אַהײמגײן. זי קען פּראַווען דאַנקטאָג מיט מײַן משפּחה. װאָס טראַכט איר?“
אַ סך מענטשן װילן נישט פֿאַרברענגען די יום־טובֿים מיט זײערע משפּחות אויב זײערע פּאָליטישע מײנונגען זײַנען אַזױ אַנדערש ווײַל ס׳וועט זיי זײַן צו אומבאַקװעם און עמאָציאָנעל פּײַנלעך. בײַם הײַנטיקן טאָג קען מען דאָך ניט אױסמײַדן צו רעדן װעגן פּאָליטיק װײַל ס’איז װי „דער גרױסער העלפֿאַנט אין צימער‟, אַן ענין וואָס יעדער ווייסט וועגן דעם, נאָר קיינער וויל עס נישט דערמאָנען.
איך האָב געפֿילט, אַז דער סטודענטקעס גוטהאַרציקע לײזונג איז עפּעס קײן לײזונג נישט. װי אַ מאַמע פֿון צװײ קינדער (װאָס האָבן געשטימט װי איך האָב געשטימט) װאָלט איך זיך געפֿילט שטאַרק געטראָפֿן װען זײ װאָלטן ניט געװאָלט קומען אױף אַ יום־טובֿ — אַ ייִדישן אָדער לאַנדישן — צוליב פּאָליטישע חילוקי־דעותן. צי איז דען די באַציִונג צװישן בני־משפּחה אַזױ דעליקאַט און אומסטאַביל אַז מע קען נישט, צוליב סתּירותדיקע מיינונגען, זיצן בײַ אײן טיש? צי קען מען נישט, כאָטש בײַ אַ משפּחה, געפֿינען עפּעס אַ בשותּפֿותדיקן קװאַל פֿון װערטן וואָס איז גענוג שטאַרק אַז מע זאָל יאָ קענען זיצן צוזאַמען?
ערשט די װאָך האָב איך גערעדט מיט מײַנער אַ נאָענטער חבֿרטע וואָס האָט געשטימט פֿאַר טראָמפּ. דאָס אַליין איז מיר נישט געווען קיין חידוש, אָבער װען זי האָט מיר געזאָגט אַז זי גלײבט, אַז ס’איז געװען אַ געװאַלדיקער שװינדל בײַ די װאַלן און אַז מע װעט נאָך זען אַז טראָמפּ האָט געװוּנען מיט אַ געװאַלדיקער מאַיאָריטעט, בין איך געבליבן געפּלעפֿט. אַפֿילו פֿאָקס־נײַעס און מענטשן אין דעם פּרעזידענטס אינערלעכן קרײַז זאָגן דאָס מער נישט.
הגם איך האָב אַ מאָל געטראַכט אַז אפֿשר קען מען, אױב מע האָט גענוג פֿאַקטן און גענוג ליבשאַפֿט פֿאַר אַ געװיסן מענטשן, אים אָדער זי איבערצײַגן צו זען דעם אמת, האָב איך איצט אײַנגעזען אַז דאָס איז נישט תּמיד מעגלעך. מײַן חבֿרטע איז זײער אַ פֿײַנע פֿרױ, אַן אינטעליגענטע און אַ גוטהאַרציקע, װאָס איז דװקא נישט אַרומגערינגלט מיט מענטשן װאָס טראַכטן אַזױ װי זי. פֿאַרקערט, זי האָט מיר אַלײן געזאָגט אַז זי פֿאַרלירט חבֿרים צוליב אירע פּאָליטישע שטעלונגען און דאָך האַלט זי אַזױ װי זי האַלט. בין איך געקומען צום אױספֿיר אַז אויב איר אײגענע משפּחה האָט אויף איר נישט געקענט משפּיע זײַן, װעל איך זי אַװדאי נישט איבערצײַגן. איז װאָס טוט מען?
אַ ביסל פֿאַרשטײ איך איר מאָטיװאַציע פֿאַר שטימען פֿאַר טראָמפּ: ישׂראל, מורא פֿאַר אַנטיסעמיטיזם, טעראָריזם, די עקאָנאָמיע. כאָטש איך אַלײן גלײב ניט אַז טראָמפּ איז דער ענטפֿער אויף די פֿראַגעס קען איך נאָך קומען צום אױספֿיר אַז הגם מיר גלײבן אין אַנדערע לײזונגען זײַנען אונדזערע זאָרגן אין תּוך די זעלבע. װאָס טוט מען אָבער מיט דעם צװײטן טײל, מיטן פֿאַרקוקן אַלע פֿאַקטן? און אױב איך קום צום אױספֿיר אַז יענעמס מאָטיװאַציע איז נישט באַרעכטיקט און באַזירט אױף שלעכטער אינפֿאָרמאַציע אָדער שטאַמט פּשוט פֿון אַן עקשנות װאָס זאָגט זיך אָפּ פֿון קוקן דעם אמת אין פּנים אַרײַן, דאַרף איך, אַזױ װי די חבֿרטע אין דעם בריװ, באַשליסן װי אַזוי זיך צו באַגײן מיט אַ מענטשן װעמענס מײנונגען לגבי אַ װיכטיקן ענין זײַנען מיר אַנטיפּאַטיש.
װען איך בין דער בעל־בינטל בריװ אָדער, װי דער פֿאָרװערטס האָט עס אַנומלטן אָנגערופֿן — די „בינטל־בריװניצע‟, װאָלט איך געעצהט אַז די חבֿרטע זאָל דווקא יאָ פֿאָרן צו דער משפּחה אויף יום־טובֿ און פּשוט אױסמײַדן צו רעדן װעגן פּאָליטיק װײַל מע װעט פּשוט אַרײַן אין אַ טעמפּן װינקל. אמת, די באַציִונגען וועלן איצט זײַן באַגרענעצטע, אָבער ס’איז פֿאָרט בעסער װי גאָרנישט. אױב מע קען זיך נישט טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט אייגענע, װי קען מען האָפֿן אַז אונדזערע פּאָליטיקערס זאָלן זיך צוזאַמענקומען אױף נאַציאָנאַלע און װעלט־ענינים?
שטעלט זיך די פֿראַגע: מוז מען אַלע מאָל געפֿינען אַ צד־השווה כּדי זיך צו חבֿרן מיט עמעצן? אױף װי װײַט דאַרף מען פֿאַרקוקן געװיסע שטעלונגען? װיפֿל קען מען אַראָפּשלינגען לשם משפּחה אָדער פֿרײַנדשאַפֿט? לאָמיר זאָגן אַז אַ נאָענטער מענטש האָט אַ מײנונג װאָס איז ממש נישט צום פֿאַרטראָגן. אַ חבֿר אָדער חבֿרטע איז אַ װײַסער סופּרעמאַטיסט, אָדער אַ מיטגליד פֿון „אײַסיס‟. הייסט עס, אַז דער מענטש האָט זיך אויף אַן עיקרדיקן אופֿן געביטן זינט מע האָט זיך באַקענט מיט אים? נישט געקוקט אויף זײַנע גוטע שטריכן איז ער אָדער זי פֿאָרט אַריבערגעטראָטן עפּעס אַ גרענעץ װאָס איז אױסער די ראַמען פֿון פּשוטער מענטשלעכקײט און מאָראַל? קענען מיר זיך נאָך אַלץ זעצן בײַם זעלבן טיש? קען מען, און זאָל מען טאָלערירן מענטשן וואָס האָבן מיינונגען וואָס זײַנען אונדז מאָראַליש דערווידער? איז די גרײטקײט צו זיצן בײַ אײן טיש אַ סימן אַז מען איז אַ מיטבאַטייליקטער װײַל, װי מיר װײסן, איז דאָס ניט קעגנשטעלן זיך אַן עװלה אױך אַן עװלה. אוי, אַזױ פֿיל פֿראַגעס…
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO