פּאָדקאַסט־קאַפּיטל: אָפּאַטאָשוס „אַ חתונה אויפֿן בית־עולם“ פֿאַרטײַטשטPodcast episode: Opatoshu’s “Black Wedding’’ explained
דזשעפֿרי שאַנדלער דערקלערט ווי די דערציילונג וועגן אַן אַלטמאָדישן ריטואַל איז אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר דער השפּעה פֿונעם מאָדערניזם אויפֿן ייִדישן לעבן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָס מאַכן פֿאָרשונגען וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט זוכן אָפֿט פֿאַרבינדונגען צווישן דעם אַמאָל און דעם הײַנט, כּדי דער ברייטער עולם זאָל קענען בעסער פֿאַרשטיין דעם קאָנטעקסט.
ניט קיין חידוש, דערפֿאַר, וואָס ווען די קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע האָט צעשטערט דאָס טאָגטעגלעכע לעבן, האָבן די ייִדישע אינסטיטוציעס לאַנצירט פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט דער טעמע מגפֿות אין דער ייִדישער געשיכטע. איינער פֿון זיי, אַ פּאָדקאַסט אויף ענגליש פּראָדוצירט פֿונעם וואַרשעווער „פּולין־מוזיי“, גיט פּראָפֿעסאָרן און אַנדערע פֿאָרשער אַ געלעגנהייט צו רעדן וועגן דער ווירקונג פֿון עפּידעמיעס אויף ייִדן אין פֿאַרשידענע תּקופֿות.
לעצטנס האָט דער היסטאָריקער דזשעפֿרי שאַנדלער (ראָטגערס אוניווערסיטעט) פֿאָרגעלייענט זײַן איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס דערציילונג „אַ חתונה אויפֿן בית־עולם“, וואָס שילדערט ווי ייִדן אין אַ קליין שטעטל צווישן ביידע וועלט־מלחמות שטעלן אַ חופּה פֿאַר אַ צוריקגעשטאַנענעם מיידל און אַ האָרבאַטן אָרעמאַן, כּדי פּטור צו ווערן פֿון אַן עפּידעמיע. אַזעלכע ”שוואַרצע חתונות“ פֿלעג מען טאַקע דורכפֿירן כּדי תּשובֿה צו טאָן פֿאַרן זינד, וואָס האָט כּלומרשט דערפֿירט צו דער עפּידעמיע.
ווי שאַנדלער דערקלערט, האָבן אַ סך ייִדן שוין צו יענער צײַט געהאַלטן די „שוואַרצע חתונות“ פֿאַר אַלטפֿרענקיש, נאָר מע האָט זיי פֿון צײַט צו צײַט פֿאָרט ווײַטער דורכגעפֿירט. ער באַמערקט אַז כאָטש אָפּאַטאָשוס דערציילונג שילדערט רעאַליסטיש דעם ריטואַל, איז זי אַ סימבאָלישע אָפּשפּיגלונג פֿון דעם, ווי די ייִדן האָבן זיך ווײַטער געהאַלטן בײַ געוויסע קליינשטעטלדיקע ייִדישע מינהגים, נישט געקוקט אויף דער וואַקסנדיקער השפּעה פֿון דער מאָדערניטעט אויפֿן ייִדישן לעבן־שטייגער.
די דערציילונג נעמט אַרײַן אַ סך אינטערעסאַנטע עלעמענטן. ווי שאַנדלער דערקלערט, באַפֿאַלן די אײַנוווינער פֿון שטעטל אַ פֿאָטאָגראַף וואָס וויל אַראָפּנעמען אַ בילד פֿון דער חתונה, מחמת זײַן אַפּאַראַט, אַ סימבאָל פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, קען, אַ פּנים, אָפּשוואַכן דעם כּוח פֿונעם ריטואַל. דערצו איז טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז צווישן די וואָס לאָזן דעם פֿאָטאָגראַף נישט מאַכן דאָס בילד זענען דווקא גויִים, וואָס האַלטן אַז דער ייִדישער ריטואַל וועט אפֿשר טאַקע פֿאַרטרײַבן די מגפֿה, ווען די קאַטוילישע איקאָנעס האָבן אויף דעם ניט געטויגט.
דעם פֿולן טעקסט פֿון דער דערציילונג אין שאַנדלערס איבערזעצונג קען מען לייענען דאָ. צו לייענען דעם ייִדישן אָריגינאַל גיט אַ קוועטש דאָ . די דערציילונג געפֿינט זיך אויף זײַטל 103.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
