ווידעאָ: מאַקס בענדיטש ז׳׳ל זינגט אַ ייִדיש ליד וועגן אײַנשלינגען גאָלדפֿישWATCH: Max Benditch z’’l sings a Yiddish song about swallowing goldfish
דער לאַנגיאָריקער פֿאָרווערטס־לייענער און וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט געדענקט גאָר אַ סך ווייניק־באַקאַנטע לידער.

Image by Aaron Bendich
פֿאַראַכטאָגן איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 105 יאָר מאַקס בענדיטש, אַ לאַנגיאָריקער פֿאָרווערטס־לייענער, וועמענס זון אַלען אַרבעט ווי דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון פֿינאַנציעלע ענינים בײַ דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע“. אַלענס זון און מאַקסעס אייניקל, אַהרן בענדיטש, איז אַ יונגער ייִדישיסט וואָס פֿירט אָן מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם געווידמעט דער ייִדישער מוזיק.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט אַהרן זיך געוואָנדן צום פֿאָרווערטס מיט דער פֿראַגע, צי מיר דערקענען אָט דאָס ליד, וואָס זײַן זיידע האָט געזונגען. דאָס ליד האָט אַ מאָדנע טעמאַטיק: ס׳איז וועגן יונגע־לײַט, וואָס שלינגען אײַן גאָלדפֿיש. מה זה? ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַזוי ווי ס׳איז, אַ פּנים, לעצטנס געוואָרן אַ „מאָדע“ בײַ געוויסע יונגע־לײַט אײַנצושלינגען „טײַד־פּאָדס“, דאָס הייסט, וועשזייף אין קליינע קאַפּסולן, האָט די פּרעסע אין די 1930ער יאָרן געשריבן וועגן דעם וואָס יונגע־לײַט שלינגען אײַן גאָלדפֿיש לעבעדיקערהייט. און דאָס איז, ווי מע קען זען פֿונעם דאָזיקן ווידעאָ, געוואָרן די טעמע פֿון אַ ייִדיש ליד.
כאָטש אַהרן האָט געפֿרעגט בײַ עקספּערטן, און כאָטש די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע האָט אַליין געפֿאָרשט דעם ענין, האָט מען גאָרנישט געפֿונען אין קיין בוך צי אַרכיוו. קען זײַן אַז מאַקס בענדיטש איז געווען דער איינציקער, וואָס האָט דאָס ליד געקענט.
אַז אַהרן האָט לעצטנס ווידער פֿאָרגעלייענט דעם זיידן דאָס פֿאָרווערטס־אַרטיקעלע וועגן דעם ליד, האָט מאַקס זיך געוויצלט, אַז ער איז „געוואָרן באַרימט“. באַרימט איז ער ניט געווען, אָבער די וואָס האָבן אים געקענט וועלן אים קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן. ער איז געווען איינער פֿון די איידלסטע און אָפּטימיסטישסטע מענטשן וואָס מע קען אַמאָל טרעפֿן. ניט געקוקט אויף זײַן טיפֿן עלטער, האָט ער געהאַט אַן אײַזערנעם זכּרון, ניט בלויז פֿאַר לידער, נאָר פֿאַר כּלערליי פֿאַקטן וועגן דער ייִדישער און פּאָפּולערער קולטור.
ווי מײַן קאָלעגע אײַרין קאָנעלי האָט באַשריבן אין איר רירנדיקן נעקראָלאָג וועגן אים, איז מאַקס בענדיטש געווען אַ טיפּישער מענטש פֿון זײַן דור, וואָס האָט דורכגעלעבט די סאַמע גרעסטע געשעענישן פֿונעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט. אַ געבוירענער אין בראָנקס בײַ אוקראַיִנער ייִדישע אימיגראַנטן, האָט ער געמוזט צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס פֿון די 1930ער יאָרן אויפֿהערן גיין אין שול און אָנהייבן אַרבעטן. ער האָט געקעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה אין אייראָפּע און געהאָלפֿן ייִדישע פּליטים קומען קיין אַמעריקע. לאַנגע יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ וועשערײַ אין האַרלעם, וווּ ער איז אין 1969 געשאָסן געוואָרן בשעת אַ רויבערײַ.
נאָכן פּענסיאָנירן זיך צו 62 יאָר האָט מאַקס בענדיטש ממשיך געווען מיט זײַן דערציִונג, שטודירנדיק ליטעראַטור און מוזיק אין עטלעכע ניו־יאָרקער אוניווערסיטעטן. ער איז אויך געוואָרן אַן אַקטיאָר, שפּילנדיק זײַטיקע ראָלעס אין אַ ריי פּאָפּולערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1970ער ביז די 2010ער יאָרן.
אַחוץ זײַן ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדישע טעאַטער־לידער פֿון זײַנע קינדעריאָרן, איז ער אויך געווען אַ גרויסער אָנהענגער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקסמוזיק. דעם טאָג איידער ער איז אַוועק פֿון דער וועלט האָט ער געזונגען עטלעכע לידער מיט זײַן זון אַלען, אַרײַנגערעכנט פּאָל ראָבסאָנס „באַלאַדע פֿאַר די אַמעריקאַנער“. דאָס ליד האָט געהאַט אַ ספּעציעלן באַטײַט פֿאַר בענדיטשן. ער האָט עס געשפּילט אויף אַ פּלאַטע בײַ אַ מסיבה אין אַ בוידעם־שטיבל, ווען ער האָט זיך ערשט באַקענט מיט זײַן פֿרוי דאָראָטי.
כּבֿוד זײַן ליכטיקן אָנדענק.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
