מע קען איצט געפֿינען אַלע לינקס פֿון דער ווידעאָ־סעריע „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“ לויט דער טעמעYou can now find all the links to “Yiddish Word of the Day’’ clips by topic
ביז אַהער האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט 115 קאַפּיטלען, וועלכע מע האָט געשפּילט מער ווי 600,000 מאָל.
די ווידעאָ־סעריע „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“, אין וועלכער די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער לערנט יעדן טאָג אַ ריי ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער טעמע, איז נאָך אַלץ אַ גרויסער שלאַגער. מע האָט שוין געשפּילט די 115 קאַפּיטלען מער ווי 600,000 מאָל אויף פֿייסבוק און יוטוב.
אַ חסרון נאָר, די כּלה איז צו שיין: צוליב דעם וואָס מע האָט שוין אַרויסגעלאָזט 115 ווידעאָס, איז די יוטוב־„שפּילליסטע“ געוואָרן אַזוי לאַנג, אַז עס דויערט אַ סך צײַט צו געפֿינען דעם ווידעאָ וואָס מע וויל זען.
לטובֿת די וואָס ווילן אויסזוכן אַ קאַפּיטל לויט דער טעמע, האָט דער שוועדישער ייִדישיסט ליף פֿריילעך צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה דורך Excel מיט די פֿאַרבינדונגען צו יעדן יוטוב־ווידעאָ, אַלפֿאַבעטיש אויסגעסדרט לויטן טיטל פֿונעם קאַפּיטל.
אַז מע וויל, למשל, זיך דערוויסן וועגן אויסדרוקן פֿאַרבונדן מיט די טעג פֿון דער וואָך, זוכט מען אויס אין דער רשימה days of the week און דאָרט געפֿינט זיך דער לינק. אויב מע זוכן דעם קאַפּיטל וועגן לאָקשן, זוכט מען אויס Noodles און מע זעט דאָרט די פֿאַרבינדונג
דרך־אַגבֿ, לכּבֿוד חמישה־עשׂר בשבֿט, האָט דער פֿאָרווערטס הײַנט אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם קאַפּיטל פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO