ווי זענען מצה־רעקלאַמעס אויף דזשודעזמע געווען אַנדערש פֿון ייִדישע?How were matzah ads in Ladino different from Yiddish ones?
אַנשטאָט דער פֿראַזע „מצה־פֿאַרפֿל‟, האָט די לאַדינאָ־פּרעסע געניצט אַ מער פֿאַרשטענדלעכן טערמין בײַ אירע לייענערס: סימאָלע פּאַראַ בימועלאָס.
אין אַפּריל 1935 האָט מען אינעם ניו־יאָרקער איסט סײַד, שוין וואָכן פֿאַר פּסח, געקענט פֿילן די שטימונג פֿונעם יום־טובֿ. אין די ייִדישע צײַטונגען, ווי דער פֿאָרווערטס, האָט מען געזען, אַחוץ די געוויינטלעכע רעקלאַמעס פֿאַר דענטיסטן, אַדוואָקאַטן, אָנצוגן און שיך אויך אַ צאָל אַנאָנסן פֿאַר מצות.
אַ סך מענטשן ווייסן אָבער נישט אַז די רעקלאַמעס האָט מען אויך געזען אין דער ניו־יאָרקער דזשודעזמער צײַטונג, „לאַ וואַראַ‟.
אַלע מצות וואָס זענען רעקלאַמירט געוואָרן אין דער ייִדישער און לאַדינאָ־פּרעסע זענען געווען פּראָדוצירט אין פֿאַבריקן — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינדוסטריאַליזאַציע פֿון אַ סך אַמעריקאַנער פּראָדוקטן אין יענע צײַטן. די מאַשין־פּראָדוצירטע מצות זענען געווען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ קוואַדראַט, וואָס האָט דערמעגלעכט מע זאָל זיי קענען גרינג אַרײַנלייגן אין קאַרטאָנען און טראַנספּאָרטירן.
אָבער נישט אַלע לייענער זענען געווען צופֿרידן מיט די קוואַדראַט־מצות. פּוסקים האָבן געפֿירט וויכּוחים וועגן דעם איבערגאַנג פֿון די טראַדיציאָנעלע האַנט־געמאַכטע קײַלעכיקע מצות צו די קוואַדראַט־מצות וואָס מע האָט פֿאַבריקירט דורך מאַשינען — אַ מחלוקת וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין מיזרח־אייראָפּע אין די 1850ער יאָרן און ממשיך געווען שפּעטער, אין אַמעריקע — בפֿרט וואָס שייך די מצות פּראָדוצירט פֿון דער פֿירמע מאַנישעוויץ.
אַשכּנזישע רבנים האָבן געהאַלטן אַז צוליב דעם וואָס די טראַדיציע איז געווען צו באַקן קײַלעכיקע מצות, הייסט עס, אַז דאָס בײַטן די פֿאָרמע אויף קוואַדראַטן איז געווען אַן ענין פֿון „נאָכמאַכן די גויים‟, אַ זאַך וואָס איז פֿאַרווערט לויט דער תּורה.
אַ צווייטע זאָרג איז געווען, צי די מאַשין־פּראָדוצירטע מצות זענען בכלל געווען כּשר לפּסח: אָן דער דירעקטער באַטייליקונג פֿון מענטשן, האָבן די מצות גרינג געקענט קאָנטאַמינירט ווערן פֿון חמץ (מיט אַנדערע ווערטער — מאַשינען זענען נישט אַזוי פֿאַרלאָזלעך ווי מענטשן), און דערפֿאַר טאָר מען זיי נישט עסן פּסח. ס׳רובֿ רבנים האָבן אָבער געהאַלטן אַז די מאַשין־געמאַכטע מצות זענען יאָ פֿאַרלאָזלעך און האָבן דאָס געזאָגט זייערע מתפּללים.
דערבײַ האבן די מצה־רעקלאַמעס דאָ אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. אין אַ טייל אַנאָנסן איז געשטאַנען נישט בלויז אַז דאָס פֿאַרקלעפּן די מצות אין אַ קעסטל העלפֿט זיי בלײַבן פֿרישער לענגער, נאָר אויך אונטערגעשטראָכן דאָס כּשרות פֿון די פּראָדוקטן. אויף ייִדיש איז געשטאַנען: „די גרעסטע רבנים פֿון לאַנד באַשטעטיקן די שטרענגע כּשרות‟ פֿון די מצות, און אויף לאַדינאָ: „ס׳איז כּשר לפּסח אַפֿילו פֿאַר די פֿרימסטע ייִדן‟.
בײַ געוויסע לאַדינאָ־רעדנדיקע אימיגראַנטן איז די קוואַדראַט־פֿאָרעם פֿון די מצות נישט געווען קיין נײַע זאַך — בפֿרט בײַ די פֿון איזמיר, טערקײַ. לויט די שאלות און תּשובֿות פֿון דער ספֿרדישער עדה אין איזמיר, האָט מען שוין געמאַכט קוואַדראַט־מצות אין 1858, כאָטש דאָס איז לאַוו־דווקא געווען דורך מאַשינען.
פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן די אימיגראַנטן פֿון סאַלאָניקע, גריכנלאַנד — ווי דער רעדאַקטאָר פֿון „לאַ וואַראַ‟ אַליין — מסתּמא זיך יאָ געחידושט וועגן די קוואַדראַט־מצות. אין סאַלאָניקע האָבן די שילן אַליין אויסגעטיילט גרויסע שטיקער מצות צו יעדער ייִדישער משפּחה אין דער קהילה. די שטיקער זענען געווען אַזוי גרויס אַז ווען מע האָט זיי אַהיימגעבראַכט האָט מען זיי געדאַרפֿט האַלטן אין גרויסע קופֿערטן — אַ זאַך וואָס מע הערט דערציילן בײַ די זכרונות פֿון ייִדן אין יענע יאָרן, און אַפֿילו פֿון מײַן אייגענער באָבען.
הגם ס׳זענען נישטאָ קיין באַווײַזן אַז די סאַלאָניקער ייִדן האָבן זיך געראַנגלט איבערן כּשרות פֿון די קוואַדראַט־מצות, זעט מען בײַ די שאלות און תּשובֿות פֿון ייִדישע קהילות אין צפֿון־אַפֿריקע און סיריע יאָ אַז דאָרט האָט מען יאָ געפֿירט אַ וויכּוח וועגן דעם.
די גרעסטע מצות־פֿירמע אין אַמעריקע איז אָבער נישט געווען גודמאַנס, נאָר מאַנישעוויץ, וואָס האָט אַ סך אינוועסטירט אין רעקלאַמירן איר פּראָדוקט. אין די 1920ער האָט מאַנישעוויץ שוין פֿאַרקויפֿט מצות צו 80% פֿון די ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע.
די מאַנישעוויץ־רעקלאַמעס אויף ייִדיש און דזשודעזמע האָבן אויסגעזען מער אָדער ווייניקער די זעלבע אַחוץ איין זאַך: אויף ייִדיש האָט מען געוויזן אַ בילד פֿון אַ טיש געגרייט צום סדר, מיט יום־טובֿ ליכט, מצות און אַ קערה, אָבער אויף די לאַדינאָ־אַנאָנסן האָט מען דאָס בילד אַרויסגענומען, צוליב אַ פּשוטער סיבה: די ספֿרדישע ייִדן האָבן נישט געצונדן ליכטלעך אין לײַכטער, נאָר געצונדן קנייטלעך אין בוימל.
אין ביידע שפּראַכן האָט מען אויך געדרוקט רעקלאַמעס וועגן אַנדערע מצה־פּראָדוקטן ווי, למשל, מצה־מעל, צעמאָלענע מצה־מעל און מצה־פֿאַרפֿל. מצה־פֿאַרפֿל האָט מען אָבער אין דער לאַדינאָ־פּרעסע גערופֿן „מצה מינודה‟ (מצהלעך) ווײַל דאָס וואָרט „פֿאַרפֿל‟ איז די לאַדינאָ־רעדער געווען פֿרעמד.
עס זענען אויך געווען אַנדערע אונטערשיידן. די לאַדינאָ אַנאָנסן פֿון דער מצה־פֿירמע האָראָוויץ־מאַרגאַרעטען, למשל, האָבן, אַנשטאָט מצה־מעל, רעקלאַמירט „סימאָלאַ פּאַראַ בימועלאָס‟ און „טשײַ‟ — טערקישע טיי. „סימאָלאַ פּאַראַ בימועלאָס‟ מיינט מעל צו מאַכן בימועלאָס, אַ מין פּסחדיקע פּאָנטשקע וואָס איז שטאַרק פּאָפּולער בײַ די ספֿרדישע ייִדן.
ס׳איז קלאָר אַז ביז איצט, ווען מע האָט איבערגעבן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּײַז־פּראָדוקציע אין אַמעריקע, האָט מען זיך אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט די אַשכּנזים. די דזשודעזמע מצה־רעקלאַמעס ווײַזן אונדז אַז נישט בלויז האָבן די מצה־פֿירמעס זיך געוואָנדן סײַ צו זייערע אַשכּנזישע קונים, סײַ צו די ספֿרדישע, נאָר אויך אַז די ספֿרדישע פּרעסע האָט זיך נישט געקווענקלט צו בײַטן דעם טעקסט פֿון די רעקלאַמעס, אויף אַן אופֿן וואָס איז בעסער צוגעפּאַסט צו די מנהגים און געשמאַק פֿונעם ספֿרדישן עולם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO