ווידעאָ: רות רובינס „באַלאַדע פֿונעם טרײַענגל־פֿײַער“ אויף ייִדישWATCH: Ruth Rubin’s “Ballad of the Triangle Fire” in Yiddish
הײַיאָר ווערט 110 יאָר זינט דער טראַגישער שׂריפֿה וואָס האָט אומגעבראַכט 146 אַרבעטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יונגע פֿרויען און מיידלעך.

Image by Library of Congress
דאָנערשטיק, דעם 24סטן מאַרץ, פֿאַלט אויס 110 יאָר זינט דעם „טרײַענגל־פֿײַער“, אין וועלכן 146 אַרבעטער, ס׳רובֿ ייִדישע און איטאַליענישע אימיגראַנטקעס, זענען אומגעקומען צוליב די אומזיכערע באַדינגונגען אינעם אָרטיקן „סוועטשאַפּ“. אַזוי ווי יעדעס יאָר, וועט מען אין ניו־יאָרק דורכפֿירן הזכּרות און זינגען לידער לזכר די קרבנות.
כאָטש מע האָט אין 1911 געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און איטאַליעניש וועגן דער טראַגעדיע, ווי אויך עטלעכע אויף אַנדערע שפּראַכן פֿון די דעמאָלטדיקע אימיגראַנטן, זענען די צוויי לידער וואָס זײַנען צום מערסטנס אַסאָציִיִרט מיט דער טראַגעדיע לכתּחליה געשריבן געוואָרן אויף ענגליש. רות רובין, די עטנאָמוזיקאָלאָגין און זינגערין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר אַרבעט מיט ייִדישע לידער האָט געשאַפֿן ”די באַלאַדע פֿונעם טרײַענגל־פֿײַער“. מיט דער צײַט איז דאָס געוואָרן דאָס באַקאַנטסטע ליד וועגן דער קאַטאַסטראָפֿע.
ס׳איז אַ חידוש, וואָס במשך פֿון 70 יאָר האָט קיינער ניט איבערגעזעצט דאָס ליד אויף מאַמע־לשון. ערשט אין 2018 האָבן אַהרן גאָנשאָר און עדית קופּער, געוועזענע פּרעזידענטן פֿונעם מאָנטרעאָלער „ייִדישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָראַ וואַסערמאַן“, עס איבערגעזעצט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג „בינטל־בריוו“. מע קען זען אַ ווידעאָ פֿון דער סצענע מיטן ליד אויבן.
צוזאַמען מיט רובינס באַלאַדע זינגען די אַקטיאָרן נאָך אַ ליד אין גאָנשאָרס און קופּערס איבערזעצונג וואָס איז אַסאָציִיִרט מיט דער טראַגעדיע, „ברויט און רויזן“. כאָטש דזשיימס אָפּענהײַם האָט געשריבן דאָס ליד וועגן דער אַרבעטער־באַוועגונג בכלל און דעם קאַמף פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען בפֿרט, זינגט מען עס אָפֿט אויף די הזכּרות לזכר די „טרײַענגל־פֿײַער“ קרבנות. די צוויי לידער ווערן ניט זעלטן אויפֿגעפֿירט צוזאַמען און כאָטש ס׳איז שטענדיק רירנדיק צו הערן זיי אין איינעם, דאַכט זיך מיר, אַז זיי האָבן אַ באַזונדערן כּוח אויף מאַמע־לשון.
אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, איז די דאָזיקע צונויפֿפּאָרונג פֿון די צוויי לידער לכתּחילה אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויפֿן אַלבאָם „אין ליבשאַפֿט און אין געראַנגל: די מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד“ אָט קען מען הערן ווי חנה קופּער זינגט זיי אויף ענגליש.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן ווי רות רובין זינגט איר „באַלאַדע פֿונעם טרײַענגל־פֿײַער“ אויף ענגליש און באַשרײַבט איר געדאַנקען־גאַנג בײַם שאַפֿן זי.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
