Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָשי־תּיבֿות ווי איין־וואָרטיקע פֿראַזעסAbbreviations as one-word phrases

אין אַ טייל לשון־קודשדיקע ראָשי־תּיבֿות שטעקן פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע אידעעס; אַנדערע זענען בלויז כּיבוד־טיטלען.

אין פֿאַרשיידענע אינטערנעץ־גרופּעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, ווערן אָפֿט באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע פֿאַרקירצונגען – לאַוו־דווקא טראַדיציאָנעלע ראָשי־תּיבֿות. אַ טייל קירצונגען זענען גוט באַקאַנט אונדזערע לייענער: ייִוואָ – ייִדישער וויסנשאַפֿטלכער אינסטיטוט, ייִט״אַ – ייִדישע טעלעגראַף־אַגענטור, ציקאָ – די צענטראַלע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע. אַ צאָל אַנדערע קאָן מען געפֿינען אין ווערטערביכער: יצחק ניבאָרסקי ברענגט, צום בײַשפּיל, די פֿאַרקירצונגען „קאָלווירט‟ און „קאָמיוגיסט‟, אָבער נישט קאָמיוג – די קאָמוניסטישע יוגנט, אַ גרויסע סאָוועטישע יוגנטלעכע אָרגאַניזאַציע.

אַ גרויסע צאָל קירצונגען און אַלטע ראָשי־תּיבֿות זענען אָבער זייער ספּעציפֿישע און פֿאָדערן אַ גוטע באַהאַווטקייט סײַ אין דער פֿרומער רבנישער ליטעראַטור, סײַ אין דער סאָוועטיש־ייִדישער טערמינאָלאָגיע. אַפֿילו אַ רבֿ איז נישט אַלעמאָל גרינג צו דעשיפֿרירן געוויסע פֿאַרקירצונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט קבלה אָדער געוויסע שטראָמען פֿון חסידות. די סאָוועטישע אַברעוויאַטורן, אויב מע פֿאַרגעדענקט זייער אָפּטײַטש, האָבן זייער אַ פּשוטן און פֿאַרשטענדלעכן, אָבער אָפֿט גאָר אַ ביוראָקראַטישן טעם. אַ קלאַסישער בײַשפּיל: „צק קפּספֿ‟ איז דער טײַטש „דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. אַזעלכע קירצונגען שרײַבן זיך דווקא אָן קיין גרשיים (אַפּאָסטראָפֿן) און שטעלן מיט זיך פֿאָר, בדרך־כּלל, דירעקט איבערגעזעצטע קאַלקעס אָדער פּשוט טראַנסליטעראַציעס פֿון רוסיש.

אַן אַנדער מעשׂה זענען די לשון־קודשדיקע ראָשי־תּיבֿות. גאַנץ אָפֿט שטעקן אין זיי גאַנצע פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע קאָנצעפּציעס. בײַ אַ וועלטלעכן מענטש איז נישט גענוג צו וויסן דעם בוכשטעבלעכן אָפּטײַטש, כּדי זיי צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק. צומאָל זענען דאָס בלויז כּיבוד־טיטלען, וואָס קלינגען בײַ אַ דרויסנדיקן לייענער אינגאַנצן אומפֿאַרשטענדלעך.

אָט אַזוי, למשל, שרײַבט אין אַ בריוו דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן (אַ ביסל געביטן דעם אויסלייג לויטן ייִוו״אָ־סטאַנדאַרט): „איך געדענק נאָך אײַערע וואַרעמע ווערטער, ווען מיר האָבן זיך באַגעגנט אַ קורצע צײַט נאָך דער הסתלקות פֿון כּ”ק מו”ח אַדמו”ר זצוקללה”ה נבג”מ זי”ע‟. דאָס וואָרט „אַדמו״ר‟ איז געוואָרן אין ייִדיש, בפֿרט בײַ די חסידים, אַ נאָרמאַלער סובסטאַנטיוו. מע קאָן זאָגן „אַן אַדמו״ריש אייניקל‟ און אַפֿילו „צו אַדמו״רעווען‟. שטאַמען שטאַמט עס פֿון די ווערטער „אַדוננו מורנו ורבינו‟ – אונדזער הער, לערער און רבי. דאָס איבעריקע מיינט „דער הייליקער בכּבֿודיקער הער, מײַן רבי און שווער, אונדזער הער, לערער און רבי, זאָל די נשמה פֿונעם הייליקן צדיק זײַן געבענטשט צו לעבן אין עולם־הבא, זײַן נשמה אין די באַהאַלטענע אוצרות פֿון די הימלען, זאָל זײַן זכות אונדז העלפֿן‟.

אין דער חב”דסקער טראַדיציע זענען דאָס סטאַנדאַרטע באַקאַנטע ראָשי־תּיבות; אַ דורכשניטלעך סאַטמאַר מיידל, אַפֿילו קענענדיק גאַנץ גוט די אָנגענומענע פֿאַרקירצונגען פֿון איר אייגענער חסידישער טראַדיציע, וועט אָבער נאָר פֿאַרשטיין, מסתּמא, אַז ס׳איז אַ ליסטע פֿון כּבֿוד־עפּיטעטן. בײַ אַ וועלטלעכן ייִד קלינגען אַזעלכע ראָשי־תּיבֿות באָמבאַסטיש און איבערחזריש. אַפֿילו עכטע תּלמידי־חכמים באַנוצן זיך צומאָל מיט ספּעציעלע ווערטערביכער פֿון זעלטענע ראָשי־תּיבֿות.

פֿונעם לינגוויסטישן קוקווינקל איז אינטערעסאַנט דער סטאַטוס פֿון אַזעלכע קאָנסטרוקציעס. געוויסע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסן טייל פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנישע, דערמעגלעכן אײַנצופּרעסן אַ גאַנצן זאַץ אין איין לאַנג וואָרט. אַזעלכע לשונות רופֿט מען אָן פּאָליסינטעטישע. דאָס איז אויך פֿאַרשפּרייט בײַ אַ גאַנצער ריי אַלט־געזעסענע פֿעלקער אין צפֿון־סיביר, אויסטראַליע און נײַ־גווינעע. למשל, אויף יופּיק (וואָס מע רעדט אין אַלאַסקע און מיזרח־סיביר) קאָן מען מיט איין וואָרט זאָגן: „ער האָט אונדז ווידער נאָך נישט געזאָגט, צי ער קלײַבט זיך גיין כאַפּן הירשן‟.

ביזן לעצטנס האָבן די פּאָליסינטעטישע שפּראַכן נישט געהאַט קיין אייגענעם כּתבֿ און געווען אַסאָציִיִרט מיט ריין־מינדלעכע קולטורן, ענג פֿאַרבונדן מיט דער נאַטור און אַרכאַיִשן שטייגער לעבן. גאָר אַן אַנדער זאַך זענען די ייִדישע ראָשי־תּיבֿות – אַ פּראָדוקט פֿון זייער אַן אַנטוויקלטער, אוראַלטער שריפֿטלעכער קולטור מיט איר „חז״לישקייט‟ (אַליין אַ ראָשי־תּיבותדיק ווערטל!).

פֿון דעסט וועגן, דערמעגלעכן אונדזערע ראָשי־תּיבֿות צומאָל אויך אײַנצופּרעסן אין עטלעכע אותיות אַ גאַנצן אויסדרוק. נאַט אײַך: רז״ל, זצ״ל, חב״ד, תּרי״ג. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז אינעם סאָוועטישן ייִדיש האָט זיך די דאָזיקע טראַדיציע גרינג צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער נײַער טערמינאָלאָגיע. צום באַדויערן, זענען נאָך ווייניק פֿאָרשונגען געווידמעט דער דאָזיקער אינטערעסאַנטער טעמע. עס וואָלט געווען וויכטיק צו שאַפֿן ספּעציעלע ווערטערביכער אי פֿון פֿאַרשפּרייטע ייִדישע ראָשי־תּיבֿות, אי פֿון „עקזאָטישע‟, פֿרומע צי וועלטלעכע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.