ביכער־צענטער דיגיטאַליזירט אַמאָליקן ייִדישן יוניאָן־זשורנאַלYiddish Book Center digitizes Yiddish union magazine
„גערעכטיקייט“ איז געווען דער אָפֿיציעלער וואָכנזשורנאַל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער יוניאָן פֿון פֿרויען־קליידער־אַרבעטער.
דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט לעצטנס דיגיטאַליזירט און צוטריטלעך געמאַכט אויף איר וועבזײַט דעם זשורנאַל „גערעכטיקייט“, וואָס איז געווען אַן אָפֿיציעלע פּובליקאַציע פֿון דער „אינטערנעשאָנאַל ליידיס גאַרמענט וואָרקערס יוניאָן“. די דאָזיקע יוניאָן איז אַ מאָל געווען איינע פֿון די גרעסטע אין אַמעריקע, און איז אויך געווען איינע פֿון די ערשטע, וווּ ס׳רובֿ מיטגלידער זײַנען געווען פֿרויען.
צווישן די גרעסטע פֿאַרדינסטן פֿונעם ביכער־צענטער איז דאָס וואָס ער האָט סקאַנירט און דיגיטאַליזירט איבער צוועלף טויזנט ביכער, וואָס מע קען לייענען אויף זײַן וועבזײַט און אינעם „אינטערנעט אַרכיוו“. דאָס איז אַן אוצר אָן אַ פֿאַרגלײַך סײַ פֿאַרן ייִדיש־פֿאָרשער, סײַ פֿאַרן געוויינטלעכן לייענער. אָבער ביז אַהער האָט דער ביכער־צענטער זיך נישט פֿאַרנומען מיטן דיגיטאַליזירן צײַטונגען און זשורנאַלן.
דער אמת איז, אַז אין דער מאָדערנער צײַט האָבן ייִדן אָן אַ שיעור מער געלייענט און געשריבן אין ייִדישע צײַטשריפֿטן איידער אין ייִדישע ביכער. ס’רובֿ ייִדיש־לייענערס זײַנען געווען פּשוטע אַרבעטערס אָדער קרעמערס און האָבן נישט פֿאַרדינט גענוג געלט אויף צו קויפֿן אַ סך ביכער. אָבער אַ צײַטונג האָבן זיי יאָ געקויפֿט, אָפֿט מאָל — יעדן טאָג (און דערנאָך זיך געטיילט די צײַטונג מיט עטלעכע שכנים). אַפֿילו די גרעסטע שרײַבערס אונדזערע, ווי שלום־עליכם און באַשעוויס, האָבן געדרוקט אַ סך מער אין די צײַטונגען ווי אין ביכער. פֿון געוויינטלעכע שרײַבערס איז שוין אָפּגערעדט. דערפֿאַר איז ספּעציעל וויכטיק פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג צו מאַכן צוטריטלעך אונדזערע אַלטע צײַטונגען און זשורנאַלן.
ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, איז דער גרעסטער פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן די ייִדישע פּעריאָדיק די „היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“ פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל, בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. דאָרט געפֿינט מען כּמעט אַלע אַלטע נומערן פֿון „פֿאָרווערטס“ פֿון די יאָרן 1897 ביז 1979.
די „אינטערנעשאָנאַל ליידיס גאַרמענט וואָרקערס יוניאָן“ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1900 און ס’רובֿ מיטגלידער זײַנען פֿון תּמיד אָן געווען אימיגראַנטן; אין די ערשטע יאָרן — מערסטנס ייִדן און איטאַליענער. די יוניאָן האָט אַרויסגעגעבן אַן אָפֿיציעלן זשורנאַל ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף ענגליש (Justice), איטאַליעניש און שפּאַניש.
דערווײַל האָט דער ביכער־צענטער צוטריטלעך געמאַכט כּמעט 600 נומערן פֿונעם זשורנאַל „גערעכיקטייט“ פֿון דער תּקופֿה 1919־1929. דער אינהאַלט באַשטייט מערסטנס פֿון באַריכטן וועגן אינעווייניקסטע יוניאָן־ענינים און פֿון נײַעס וועגן דער אַרבעטער־וועלט. די 1920ער זײַנען געווען אַ דראַמאַטישע צײַט פֿאַר די יוניאָנס, ווײַל עס האָבן זיך דעמאָלט געקריגט איבער דער פֿירערשאַפֿט די „לינקע“ קאָמוניסטן און די „רעכטע“ סאָציאַליסטן.
אין דער „אינטערנעשאָנאַל ליידיס גאַרמענט וואָרקערס יוניאָן” האָבן די „רעכטע“ סוף־כּל־סוף געקראָגן די אייבערהאַנט אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דוד דובינסקי, וואָס האָט געדינט ווי דער יוניאָן־פּרעזידענט פֿון 1932 ביז 1966. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז די צאָל ייִדן אין דער יוניאָן געפֿאַלן, אָבער די פֿירערשאַפֿט איז אַ לאַנגע צײַט געבליבן אין ייִדישע הענט. דער זשורנאַל „גערעכטיקייט“ האָט זיך געדרוקט ביז 1957.
די סקאַנירונג האָט מען קענטיק געמאַכט נישט פֿון דער אָריגינעלער צײַטונג, נאָר פֿונעם מיקראָפֿילם, אַזוי אַז דאָס בילד קען אַ מאָל זײַן אַ ביסל מטושטש. צום באַדויערן, זײַנען אַ סך אַלטע צײַטונגען פֿאַרבליבן נאָר אין מיקראָפֿילם, נישט אין פּאַפּיר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO