Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גנבֿים שפּילן אַ הויפּטראָלע אין דער ייִדישער רעדשפּראַךThieves play a starring role in the Yiddish vernacular

ווען זאָגט מען „בײַ אַ גנבֿ איז גוט צו וווינען“?

(דער צווייטער אין דער סעריע „קאַפּיטלעך ייִדישע אונטערוועלט“)

די ייִדישע שפּראַך איז אָנגעפּיקעוועט מיט גנבֿישע ווערטלעך: כּמעט טויזנט ווערטער און אויסדרוקן אין שײַכות מיט גנבֿה פֿילן אָן גאַנצע פֿופֿצן קאָלומנעס אין נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך“. דאָס הייסט ניט, אַז מע גנבֿעט מער אויף ייִדיש ווי אויף אַנדערע שפּראַכן, חלילה, נאָר עס דאַכט זיך, אַז ייִדן רעדן מער וועגן דער טעמע.

וועלן מיר הײַנט ניט רעדן וועגן דעם לשון פֿון די אונטערוועלטניקעס אַליין, נאָר גיכער וועגן די אויסדרוקן וואָס ייִדן מחוץ דער אונטערוועלט האָבן געניצט אין שײַכות מיט זיי.אַ סך ייִדן זײַנען געווען סוחרים, קרעמערס און פּעדלערס, האָבן זיי אָפֿט געהאַט צו טאָן מיט גנבֿים און מיט מענטשן, וואָס ווילן נעמען און נישט באַצאָלן. דערצו איז די צאַרישע פּאָליציי געווען דורך און דורך קאָרומפּירט: די רוסישע מאַכט האָט אַליין געהייסן בײַ ייִדן „פֿאָניע גנבֿ“.

אָבער אַחוץ די אָפֿיציעלע מלוכישע גנבֿים זײַנען אויך געווען ייִדישע גנבֿים, און בײַ אַ טייל פֿון זיי איז די גנבֿה געוואָרן אַן אמתע פּראָפֿעסיע, וואָס זיי האָבן געלעבט דערפֿון. זיי פֿלעגן אָפֿט אַרעסטירט ווערן, זיצן אַ צײַט לאַנג אין תּפֿיסה, באַפֿרײַט ווערן, פֿאַרכאַפּט ווערן נאָך אַ מאָל, און אַזוי כּסדר. אין אַלגעמיין, האָט מען זיך געשעמט מיט זיי. פֿון דעסט וועגן זײַנען דאָ אַ סך שפּריכווערטער וועגן זיי, וואָס זײַנען פֿול מיט הומאָר און היימישקייט, ווי מע וואָלט גערעדט וועגן אייגענע מענטשן. פֿאַראַן בײַ אונדז אַ סך אייפֿעמיזמען פֿאַרן וואָרט „גנבֿ“: אַ ספּעציאַליסט, אַ לײַכטער־מאַכער (ער מאַכט די קעשענעס לײַכטער), אַ סטרוזש (ער מאַכט ריין).

איין זאַך איז זיכער געווען גוט בײַ אַ גנבֿ: דער פּרײַז. מע פֿלעגט זאָגן „מיט אַ גנבֿ איז גוט צו האַנדלען“ — ווײַל ער דינגט זיך נישט און מע קען בײַ אים קויפֿן ביליק. דערפֿאַר רופֿט מען עפּעס, וואָס קאָסט זייער ווייניק, „אַ מציאה ווי פֿון אַ גנבֿ“.

אַ גנבֿ קען אויך זײַן אַ גוטער שכן, און מע זאָגט טאַקע: „בײַ אַ גנבֿ איז גוט צו וווינען“. פֿאַר וואָס? ווײַל אַ גנבֿ גנבֿעט נישט בײַ זיך אין דער היים. ער פֿאָלגט דער עצה פֿון אַ צווייט שפּריכוואָרט: „אַ שידוך זאָל מען טאָן אין דער היים און אַ גנבֿה אין דער פֿרעמד“. אַז מע וווינט בשכנות מיט אים, איז מען כאָטש זיכער מיטן פֿאַרמעגן.

בײַ דרויסנדיקע זעט די גנבֿה אויס ווי גרינגע פֿייגעלעך, אַ לײַכטע פּרנסה. אָבער כּדי צו האָבן הצלחה ווי אַ גנבֿ, פֿאָדערט זיך טאַלאַנט, פֿלינקייט, קלוגשאַפֿט, דערפֿאַרונג און מזל. נישט אומזיסט הייסט די גנבֿה אויף הענטשקע־לשון (דאָס איז דער סלענג פֿון דער אונטערוועלט) „גמרא טרודנע“ — טרודנע מיינט טאַקע שווער. אַ גנבֿ דאַרף זײַן קלוג, דערפֿאַר זאָגט מען „גנבֿים האָבן שפּיציקע קעפּ“. אויך פֿלינק און רירעוודיק: „אַ גנבֿ האָט קוועקזילבער אין תּחת“ — דאָס וואָס מיר רופֿן הײַנט „שפּילקעס“. ער קען נישט זיצן רויִק אויף איין אָרט.

אַ פֿעיִקער גנבֿ האָט אַ „לײַכטע האַנט“ אָדער „ליעפּקע פֿינגער“ — ליעפּקע הייסט קלעפּיק. מע רופֿט אים אַ „קלעפּער“, ווײַל אַלץ קלעפּט זיך צו אים. וועגן זייער אַ טאַלאַנטירטן גנבֿ קען מען זאָגן, אַז ער „גנבֿעט אַרויס די נשמה“, אָדער „דאָס שוואַרצאַפּל פֿון אויג“, אָדער אַפֿילו „דעם קנאַק פֿון דער בײַטש“. „די אויערן זענען בײַ אים נישט זיכער“ — דאָס מיינט, אַז ער קען אַפֿילו אַראָפּנעמען בײַ פֿרויען די אוירינגלעך.

גאָר אַ הצלחהדיקן גנבֿ רופֿט מען אַ „געלטשפּינער“. מע קען זאָגן, אַז ער „פֿאַרדינט שנעלער דעם רובל, ווי דער קיסר מאַכט אים“. מע שרײַבט אים צו כּמעט איבערנאַטירלעכע כּוחות, ווי ער וואָלט נישט געווען סתּם אַ מענטש פֿון פֿלייש און בלוט: „ער איז אַזאַ גנבֿ, אַז ער וועט אויפֿן פֿײַער נישט פֿאַרברענט ווערן“, אָדער „דאָס וואַסער וועט אים נישט צונעמען“.

אַז ער איז טאַקע הונדערט־פּראָצענט גנבֿ, קען מען אים רופֿן „אַ גנבֿ מיטן היטל“ אָדער „מיט דער מעטריקע“. וועגן אַ יונגן מענטש, וואָס מע קען שוין פֿאָרויסזאָגן אויף אים אַ גרויסע צוקונפֿט אין דער בראַנזשע, זאָגט מען „מע מעג אויפֿבויען אַ טורמע פֿאַר זײַנעט וועגן“.

דאָס פֿאָלק האָט פֿאַרשטאַנען גענוג פֿון דער פּסיכאָלאָגיע, אַז דער גנבֿ נעמט נישט בלויז צוליבן דלות, נאָר ער האָט אויך הנאה פֿונעם גנבֿענען. דערפֿאַר זאָגן ייִדן, אַז „דער גנבֿישער גראָשן איז זיס“. און אַזוי שטייט טאַקע אין ספֿר משלי: „מים גנובֿים ימתּקו“ — געגנבֿעט וואַסער איז זיס.

עס זענען אויך דאָ שפּריכווערטער, וואָס לויבן דעם גנבֿס כּלומרשטיקע גוטע מידות און אָרנטלעכקייט, געוויינטלעך געזאָגט מיט אַן איראָנישן שמייכל. „אַ גנבֿ האָט אַ גוט האַרץ: ער דערבאַרעמט זיך איבער יענעמס“. אַזוי אויך: „גנבֿים האָבן ווייכע הערצער: זיי נעמען דאָס, וואָס בעט זיך“. אַ גנבֿ קען אַפֿילו זײַן פֿרום אויף זײַן שטייגער, און דערפֿאַר זאָגט מען „איטלעכער גנבֿ איז אַן ערלעכער ייִד“. פֿאַר וואָס? ווײַל „אַז אַ גנבֿ גייט גנבֿענען, בעט ער אויך גאָט“. ער בעט, אַז מע זאָל אים נישט כאַפּן בײַ דער מעשׂה, אָבער ער איז פֿאָרט אַ גלייביקער.

נאָך אַ חכמהלע אַזאַ: „אַן ערלעכער גנבֿ לאָזט עפּעס איבער“. דאָ שטעקט דער וויץ אין דעם אָקסימאָראָן פֿון אַן ערלעכן גנבֿ — נישטאָ אַזאַ זאַך. ענלעך איז דאָס ווערטל „אַ גנבֿ, אַז ער גנבֿעט נישט עפּעס אַוועק, דאַכט זיך אים ער האָט איבערגעלאָזט“. דאָ לאַכן מיר סײַ פֿון דער אַבסורדישקייט, סײַ פֿון דעם מיטגעפֿיל, וואָס מיר שפּירן, ווען מיר שטעלן זיך דאָס פֿאָר.

מיר געפֿינען אין ייִדישע שפּריכווערטער סתּירותדיקע מיינונגען וועגן דער פֿראַגע, צי אַ גנבֿ קען זיך רעפֿאָרמירן. פֿון איין זײַט זאָגט מען „אַ גנבֿ בלײַבט אַ גנבֿ” און „אַ גנבֿ צו זיבן, אַ גנבֿ צו זיבעציק“. דאָס הייסט, אַז ער לעבט און שטאַרבט ווי אַ זינדיקער. פֿון דער צווייטער זײַט זאָגט מען „אין דער יוגנט אַ גנבֿ, אויף דער עלטער אַ בעל־תּשובֿה“. איצט האָט ער חרטה אויף זײַן זינדיק לעבן — אָבער עס פֿילט זיך אין דעם פֿאָרט אַ געוויסע סקעפּטישקייט. וואָס פֿאַר אַ תּשובֿה איז דאָס, וואָס מע קען זי אַזוי גרינג פֿאָרויסזען?

איין ווערטל שטעלט פֿאָר דעם עולם־הבא פֿונעם גנבֿישן קוקווינקל: „וואָס דו וועסט נישט גנבֿענען בײַם לעבן, וועסטו נאָכן טויט אַוודאי נישט האָבן“. אפֿשר אויב מע קלײַבט אָן גענוג גנבֿות אויף דער וועלט, האָט מען פֿון וואָס צו לעבן אויף יענער וועלט? גענוג מצוות וועט מען זיכער נישט האָבן.

מיר האָבן באמת גרויסע אוצרות — נישט פֿון גנבֿות, חלילה, נאָר פֿון גנבֿישע ווערטלעך. געוויסע פֿון זיי פֿאָדערן אַ דערקלערונג. פֿאַר וואָס, למשל, זאָגט מען „אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל?” אָדער „יעקע גנבֿ מיטן טאָפּ קאַווע“? כּדי זיך צו דערוויסן דעם ענטפֿער וועט איר דאַרפֿן וואַרטן אויפֿן קומעדיקן קאַפּיטל פֿון דער סעריע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.