Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע זאַמלונג ייִדישע דערציילונגען פֿון מאַנגער, מאַרגאָלין און 30 אַנדערע שרײַבערNew collection of Yiddish stories by Manger, Margolin and 30 other writers

ס׳איז טשיקאַווע וואָס די איינציקע אַנטאָלאָגיע אויף ייִדיש וואָס קומט הײַנט אַרויס איז נישט פֿון אַמעריקע אָדער ישׂראל, נאָר פֿון דײַטשלאַנד.

.

Crossing the Border: An Anthology of Modern Yiddish Short Stories Edited by Efrat Gal-Ed, Simon Neuberg and Daria Vakhrushova
Düsseldorf University Press, 2021; 552 pp.

די ביכער־סעריע „ייִדישע עדיציעס און פֿאָרשונג‟ בײַם פֿאַרלאַג פֿונעם הײַנריך־הײַנע־אוניװערסיטעט אין דיסלדאָרף, דײַטשלאַנד, איז הײַנט צו טאָג די אײנציקע, װאָס לאָזט אַרױס נײַע קריטישע אױסגאַבעס פֿון ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן. לעת־עתּה זײַנען אין דער דאָזיקער סעריע אַרױס אַ באַנד פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס לידער אױף ייִדיש מיט דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון העטער װאַלענסיאַ, און אויך אַ באַנד פֿון שלום־עליכמס „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟. דער װאָגיקער נײַער באַנד, „איבער דער גרענעץ‟, איז אַן אַנטאָלאָגיע פֿון מאָדערנע ייִדישע דערצײלונגען. דאָס בוך, צונױפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר אפֿרת גל־עד, דאַריע װאַכרושעװאַ און ד׳׳ר שמעון נױבערג, נעמט אַרײַן 62 קורצע פּראָזע־װערק פֿון 33 מחברים.

די דאָזיקע זאַמלונג רעפּרעזענטירט, װי עס איז מרמז דער טיטל, דעם אַלװעלטלעכן מהות פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס האָט געבליט, ניט געקוקט אױף פּאָליטישע, אידעאָלאָגישע און קולטורעלע גרענעצן. ד׳׳ר גל־עד דערקלערט אין דער הקדמה (װאָס איז געדרוקט אױף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, דײַטשיש און ענגליש), אַז די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור „איז אױסגעװאַקסן אין פֿאַרשײדענע מלוכות מיט פֿאַרשײדנדיקע פּאָליטישע סיסטעמען אין אַ כּסדרדיקן קאָנטאַקט מיט די קולטורן פֿון דער מערהײט װאָס אַרום איר‟. סײַ די אינעװײניקע קולטורעלע און אידעיִשע שפּאַנונגען אין דער ייִדישער װעלט און סײַ די חילוקים צװישן די ייִדן און די אַרומיקע סבֿיבֿות האָבן באַרײַכערט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור.

אין הסכּם מיט דער דאָזיקער קאָנצעפּציע האָבן די רעדאַקטאָרן אַרײַנגענומען אינעם באַנד װערק פֿון פֿאַרשײדענע טײלן פֿון דער װעלט, פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ביז בראַזיל, און פֿון פֿאַרשײדענע זשאַנערס. מען געפֿינט דאָ זכרונות (איציק מאַנגער און ישׂראל־יהושע זינגער), אַ רעפּאָרטאַזש (רחל אויערבאַך), אַ טאָגבוך (אַננאַ מאַרגאָלין), היסטאָרישע אַנעקדאָטן (מלך ראַװיטש, זוסמאַן סעגאַלאָװיטש), און אַװדאי בעלעטריסטישע דערצײלונגען. דאָס בוך באַקענט דעם לײענער מיט כּלערלײ דערצײלערישע סטילן, אַזעלכע װי דער אינעװײניקער מאָנאָלאָג (בײַ ל. שאַפּיראָ) אָדער די „פֿרײַע אומדירעקטע רײד‟ (פֿראַדל שטאָק). דער טעמאַטישער טראָפּ, שרײַבט גל־עד, „ליגט אַ מאָל אױף דער סאָציאַלער קריטיק (יוסף אָפּאַטאָשו), אױף דער פּסיכאָלאָגיע (מאַלאַשאַ מאַלי) אָדער אױף סוררעאַליסטישע עלעמענטן (לײב ראָכמאַן). דער טעמאַטישער נוסח פֿון די באַשרײַבונגען איז אױך פֿאַרשײדנאַרטיק, אַ מאָל רעאַליסטיש (שלום אַש, הערש־דוד נאָמבערג, אַבֿרהם רײזען, שלוםעליכם), אַ מאָל נאַטוראַליסטיש (אַבֿרהם־משה פֿוקס, איטשע־מאיר װײַסענבערג), אַ מאָל סימבאָליסטיש (דער נסתּר) אָדער עקספּרעסיאָניסטיש (משה קולבאַק)‟. די טעקסטן זײַנען געדרוקט אינעם ייִװאָ־אױסלײג, הגם די רעדאַקטאָרן האָבן זיך געסטאַרעט אָפּצוהיטן געװיסע סטיליסטישע און גראַמאַטישע אײגנטימלעכקײט, װאָס זײַנען צומאָל אַנדערש פֿון דער הײַנטיקער נאָרמאַטיװער שפּראַך.

אַזױ אַרום זעט מען, אַז דער ציל פֿון דער אַנטאָלאָגיע איז צו געבן די לײענערס, און קודם־כּל די װײַטהאַלטער סטודענטן פֿון ייִדיש, אַ גוטן לײענשטאָף װאָס זאָל זײ אַרײַנפֿירן אין דער װעלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די זאַמלונג קאָן זײַן נוצלעך װי אַ מין לערנבוך פֿאַר אַן איבערבליק־קורס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. די קלאַסיקער י. ל. פּרץ און שלום־עליכם געפֿינען זיך דאָ אין שכנות מיט די װײניקער באַרימטע נעמען װי מאַלאַשאַ מאַלי, אַ געבױרענע אין לאָדזש װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ישׂראל‟. אײניקע מעשׂיות געהערן צו דעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן, װי למשל פּרצס „די טױטע שטאָט‟, בעת אַנדערע, װי מאַנגערס שטיקל זכרונות, „אַ פּאָרטרעט פֿון אַ שנײַדערשטוב‟, װערן געדרוקט אין אַ נײַער רעדאַקציע לױטן כּתבֿ־יד.

אַלע מחברים שטאַמען פֿון מזרח־אײראָפּע, און נאַטירלעך פֿיגורירט די „אַלטע הײם‟ אַזױ אָדער אַנדערש אין אַלע װערק, צומאָל װי דער אָרט פֿון דער האַנדלונג, צומאָל װי אַ זכּרון־הינטערגרונט. להיפּוך צו דער ענגלישער אַנטאָלאָגיע „דער אוצר פֿון ייִדישע דערצײלונגען‟ פֿון אױרװינג האַו, איז „איבער דער גרענעץ‟ ניט קײן נאָסטאַלגישער פּראָיעקט, װאָס זײַן ציל איז אָפּצוהיטן די קולטור פֿון „דער װעלט, װאָס איז מער ניטאָ‟. די ייִדישע ליטעראַטור װערט דאָ פֿאָרגעשטעלט װי אַ לעבעדיקע קולטור, װאָס רעדט אין פֿאַרשײדענע שטימען און באַרירט ביז גאָר פֿאַרשײדענע ענינים. גל־עד פֿאַרסך־הכּלט׃ „בײַ איר קאַלײדאָסקאָפּישער רײַכקײט, װיל אָבער די־אָ זאַמלונג קורצע דערצײלונגען נישט זײַן קײן ‚קאַנאָן‘, פֿאַרקערט, זי װיל מוטיקן אַנדערע אַרױסצוגעבן נאָך אַנטאָלאָגיעס‟. לאָמיר האָפֿן, אַז עמעצער װעט ממשיך זײַן דעם דאָזיקן פּראָיעקט און צוגרײטן נײַע אַנטאָלאָגישע זאַמלונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿאַרשײדענע תּקופֿות און טײלן פֿון דער װעלט.

„איבער דער גרענעץ‟ איז אַ װײַטערדיקער באַװײַז פֿון דער װאַקסנדיקער פּאָפּולערקײט פֿון יודאַיִסטיק אין אײראָפּע. אַ חשובֿער דײַטשישער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג נעמט אױף זיך די טירחה אַרױסצוגעבן ייִדישע ביכער אין נײַע קריטישע אױסגאַבעס. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז אַ המשך פֿון דער אַמאָליקער סעריע „ייִדישע ליטעראַטור‟ פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט און פֿון שמואל ראָזשאַנסקיס מאָנומענטאַלן פּראָיעקט, די„מוסטערװערק‟־סעריע.

פֿאַר װאָס דװקא אין אײראָפּע און ניט אין אַמעריקע אָדער ישׂראל? אײן סיבה האָט צו טאָן מיט דער קולטורעלער טראַדיציע פֿון קריטישע עדיציעס פֿון מקורים אױף אָריגינעלע שפּראַכן, װאָס האָט טיפֿע היסטאָרישע װאָרצלען אין דײַטשלאַנד. די אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער האָבן קיין מאָל ניט קײן חשק פֿאַר אַזעלכע פּראָיעקטן, כאָטש אײן מאָל אין אַ יובֿל באַװײַזן זיך טאַקע אױך אין אַמעריקע פּאַראַלעלע ייִדיש־ענגלישע פּובליקאַציעס, װי למשל דוד בערגעלסאָנס „אָפּגאַנג‟, דזשעראָלד פֿרײקס׳ אַנטאָלאָגיע פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, אָדער בנימין האַרשאַװס אַנטאָלאָגיע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעזיע.

ייִדישע פֿאָרשער אין אײראָפּע, בפֿרט אין דײַטשלאַנד און פּױלן, האָבן אָפֿט מאָל אַן אַנדער צוגאַנג צו דעם מאַטעריאַל אײדער אין אַמעריקע. זײער קוק אױף דער ייִדישער קולטור איז װײניקער באַװירקט דורך די לעצטע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע טענדענצן. די אײראָפּעיִשע ייִדיש־פֿאָרשער באַהאַנדלען דעם ייִדישן מאַטעריאַל דורך מער טראַדיציאָנעלע ליטעראַריש־היסטאָרישע אַנאַליטישע מכשירים און פּרוּװן אים ניט צוצופּאַסן צו נײַמאָדישע טעאָריעס. אַזױ, למשל, שטעלט די רעאַליסטישע ייִדישע פּראָזע פֿאָר אַ קנאַפּן אינטערעס פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדישע פֿאָרשער, סײַדן מען געפֿינט דערין ראַדיקאַלע פּאָליטישע מאָטיװן אָדער עסטעטישע חידושים. דאָס קען מען דערקלערן דורך פּראַקטישע השׂגות׃ מען דאַרף באַקומען אַ פּאָזיטיװן אָפּרוף בײַ חשובֿע ענגליש־אַמעריקאַנער מומחים, און טראַדיציאָנעלע רעאַליסטישע פּראָזע איז פֿאַר זײ צו פּאַרעװע. באַקומט זיך, אַז דװקא אין אײראָפּע האָט מען מער אינטערעס צו דעם אַמאָליקן ייִדישן ליטעראַרישן הױפּטשטראָם אײדער אין אַמעריקע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.