Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קלעזקאַנאַדע וועט הײַיאָר פֿאָרקומען סײַ אָנלײַן, סײַ פּנים־אל־פּניםKlezkanada to take place both online and in person

צווישן די פּראָגראַמען — אַ קאָנצערט פֿון זלמן מלאָטעק, אַ נײַע פּיעסע און אַפֿילו אַ ייִדישער בויכרעדער.

לעצטנס האָב איך גערעדט מיטן פֿאָרזיצער פֿון „קלעזקאַנאַדע“, זכריה שולמאַן, וועגן דער אָרגאַניזאַציעס פּלענער אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל. שולמאַן האָט באַדויערט וואָס צוליב דער פּאַנדעמיע וועט מען ווידער ניט קענען מאַכן קיין טרעפֿונג אויף אַ גאַנצער וואָך אין די לאָרענשינער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז מע וועט הײַיאָר יאָ קענען ”שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון צוזאַמען זײַן“. דאָס קומען זיך צונויף אויפֿן 25סטן „קלעזקאַנאַדע“ וועט זײַן סײַ אָנלײַן, סײַ פּנים־אַל־פּנים אין מאָנטרעאָל, ניו־יאָרק און טאָראָנטע.

די ערשטע פֿינף טעג פֿונעם פֿעסטיוואַל — פֿון מאָנטיק, דעם 23סטן אויגוסט ביז פֿרײַטיק, דעם 27סטן אויגוסט — וועלן פֿאָרקומען בלויז אָנלײַן. אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועט מען צושטעלן קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿאַר כּל־המינים מוזיקער, זינגער, און קינסטלער וואָס פֿאַרשרײַבן זיך אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווי אויך טראַנסמיטירן קאָנצערטן און אַנדערע ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַרן ברייטן עולם.

פֿאַר די ייִדיש־קענער איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ סעריע רעפֿעראַטן וואָס ד׳׳ר יודזשין אָרענשטיין וועט האַלטן אויף ייִדיש וועגן פּרץ מאַרקישעס „די קופּע“. די רעפֿעראַטן וועלן פֿאָרקומען דינסטיק, מיטוואָך און דאָנערשטיק אין דער פֿרי, פֿון 9:30 ביז 10:45.

אין דער סעריע אָנלײַן־קאָנצערטן:

דער ייִדישער זינגער, מרדכי צבֿי ראָסל, וועט אויפֿטרעטן מיט דער קאַפּעליע, „וואַרעצקי־פּאַס“, מיט אַ ציקל לידער געווידמעט סאָציאַלער גערעכטיקייט. דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 24סטן אויגוסט, 8:30 אין אָוונט.

די זינגערין, סוועטאַ קונדיש, און דער אַקאָרדעאָן־שפּילער, פּאַטריק פֿאַרעל, וועלן דינסטיק, דעם 24סטן אויגוסט, אויספֿירן זייערע אָריגינעלע קאָמפּאָזיצעס וואָס באַגלייטן די ווערק פֿון ייִדישע דיכטערינס ווי רחל פֿישמאַן און ציליע דראָפּקין.

זלמן מלאָטעק, דער לאַנגיאָריקער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, וועט פֿרײַטיק, דעם 27סטן אויגוסט, 5:00 נאָך מיטאָג, אויפֿטרעטן מיט אַ מוזיקאַלישער פּראָגראַם.

שבת־צו־נאַכטס, דעם 28סטן אויגוסט, וועט „קלעזקאַנאַדע“, צוזאַמען מיטן פֿעסטיוואַל, „אַשכּנז“ און דעם פֿעסטיוואַל, „ייִדיש־ניו־יאָרק“, דורכפֿירן אַ סעריע פּראָגראַמען אין טאָראָנטע און ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט אַ נײַע פּיעסע פֿון דזשעני ראָמיין און סיידי גאָלד שאַפּיראָ, „וווּ ביסטו געווען?“, וואָס מע וועט אויך טראַנסמיטירן דירעקט דורך זום. (די פּינקטלעכע פּרטים וווּ און ווען די פּראָגראַמען וועלן פֿאָרקומען האָט מען נאָך ניט באַשטימט).

זונטיק, דעם 29סטן אויגוסט, אָרגאַניזירט מען אין מאָנטרעאָל אַ מיני־פֿעסטיוואַל קלעזמער־קאָנצערטן מיט מוזיקער, טענצער, און אַפֿילו אַ ייִדישן בויכרעדער. עס וועלן אָנטייל נעמען דער ייִדישער זינגער, דזשאַש דאָלגין, די ייִדישע זינגערין, דזשיין רעספּיץ, די ”מאָנטרעאָלער פֿידל־קאַפּעליע“ און די ספֿרדישע זינגערינס, סערגיו פּאָפּו און טאַראַף סיריאַנאַ.

כּדי צו באַשטעלן בילעטן, גיט אַ קוועטש דאָ.

This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.

We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.

This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.

With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.

The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.