דער אױפֿקום און אונטערגאַנג פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער צײַטונג, „אײניקײט‟The rise and fall of the Soviet Yiddish newspaper, “Eynikayt”
די צײַטונג האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם קורצן אױפֿלעבן פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד בעת און נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה.
װען די סאָװעטישע רעגירונג האָט באַשלאָסן אין 1938 צו פֿאַרמאַכן די טעגלעכע ייִדישע צײַטונג, „דער עמעס‟, האָבן די ייִדישע שרײַבער אין אויסלאַנד דאָס אױסגעטײַטשט װי אַ סימן פֿון דער ירידה פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
די אָפֿיציעלע סיבה איז געװען די נידעריקע צאָל לײענער. אײנצײַטיק האָט מען פֿאַרמאַכט כּמעט אַלע ייִדישע לערן-אַנשטאַלטן מחוץ דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אין ביראָבידזשאַן. און כאָטש מען האָט װײַטער געדרוקט ייִדישע ביכער און ייִדישע טעאַטערס האָבן װײַטער געשפּילט אין מאָסקװע, קיִעװ, מינסק און אַ פּאָר אַנדערע שטעט, איז די שטימונג בײַ דער סאָװעטיש־ייִדישער אינטעליגענץ געװען אַ געפֿאַלענע. עס איז געװאָרן קלאָר, אַז ייִדיש האָט דאָ מער ניט קײן צוקונפֿט.
די לאַגע האָט זיך פּלוצעם געביטן אין האַרבסט 1939. לױטן סאָװעטיש־דײַטשישן אָפּמאַך האָט דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אַנעקסירט היפּשע שטחים פֿון מזרח־פּױלן, און אין 1940 אױך די באַלטישע רעפּובליקן, ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד, װי אױך די רומענישע פּראָװינץ, בעסאַראַביע, און דעם צפֿונדיקן טײל פֿון בוקאָװינע. אַזױ אַרום זײַנען העכער אײן מיליאָן ייִדן געװאָרן נײַע סאָװעטישע בירגער. ייִדיש איז געװאָרן אַ װיכטיקע שפּראַך פֿאַר זײער פּאָליטישער „דערציִונג‟ אינעם קאָמוניסטישן גײַסט. מיטן אױסבראָך פֿון דער סאָװעטיש-דײַטשישער מלחמה אין יוני 1941 האָט ייִדיש באַקומען אַ נײַע װיכטיקע פֿונקציע װי אַ שפּראַך פֿון דער סאָװעטישער מלחמה־פּראָפּאַגאַנדע אין אױסלאַנד. די צענטראַלע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די נײַע צײַטונג, „אײניקײט‟, דער אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע צײַטונג אין יענע באַדינגונגען איז ניט געװען קײן גרינגע זאַך. סוף 1941 איז די דײַטשישע אַרמײ געשטאַנען לעבן מאָסקװע און די סאָװעטישע רעגירונג איז אַװעקגעפֿאָרן קײן קוּיבישעװ (הײַנט סאַמאַראַ). דאָרט האָט זיך אױך געפֿונען דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט מיט דער רעדאַקציע פֿון „אײניקײט‟, אָבער די אײנציקע ייִדישע דרוקערײַ איז געװען אין מאָסקװע און לכתּחילה האָט מען געדאַרפֿט איבערשיקן אַלע מאַטעריאַלן פֿון קוּיבישעװ קײן מאָסקװע. נאָך שװערער איז געװען די פּראָבלעם מיטן געפֿינען פּאַסיקע מאַטעריאַלן. אַ סך עלטערע ייִדישע שרײַבער זײַנען געװען צעזײט און צעשפּרײט איבער די ריזיקע שטחים פֿון רוסלאַנד און צענטראַל־אַזיע און אַ היפּשע צאָל ייִנגערע זײַנען געװען אין דער רױטער אַרמײ. אין קוּיבישעװ האָבן זיך געפֿונען דער שעף־רעדאַקטאָר, שכנא עפּשטײן, און דער דיכטער, לײב קװיטקאָ. צו זײ איז שפּעטער צוגעקומען פֿון טאַשקענט דוד בערגעלסאָן מיט זײַן פֿרױ. זײ זײַנען געװאָרן דער קערן פֿון דער רעדאַקציע.
לכתּחילה האָט מען באַקומען אַ דערלױבעניש אַרױסצוגעבן די צײַטונג בלױז דרײַ מאָל אַ חודש, שפּעטער — דרײַ מאָל אַ װאָך. אין דעצעמבער 1942 האָט עפּשטײן צעשיקט פֿאַרבעטונגען צו ייִדישע ליטעראַטן אין אַלע עקן פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אַרײַנצושיקן מאַטעריאַלן פֿאַר דער צײַטונג. דער פֿאָרמאַט פֿון אַ קאָרעספּאָנדענץ איז געװען אַ פּשוטער. זי האָט געדאַרפֿט דערצײלן װעגן דער העלדישקײט פֿון ייִדישע רױט־אַרמײער אָדער פּאַרטיזאַנער, װי אױך װעגן דעם בײַטראָג פֿון ייִדן אין דער אינדוסטריע און לאַנדװירטשאַפֿט. דער אינהאַלט האָט געדאַרפֿט זײַן אין הסכּם מיט דער גענעראַל־ליניע פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע. לכתּחילה האָט דער חורבן ניט פֿאַרנומען קײן סך אָרט אין „אײניקײט‟, אָבער שפּעטער, װען די רױטע אַרמײ האָט בהדרגה באַפֿרײַט די אָקופּירטע שטחים און מען האָט דערזען דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע, איז די חורבן־טעמע געװאָרן בולטער.
די אַרבעט אין „אײניקײט‟ האָט געראַטעװעט סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן פֿון הונגער און נױט. די צײַטונג האָט זײ געגעבן אַ האָפֿענונג אױף דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אינעם סאָװעטישן לאַנד. אין 1943 איז די רעדאַקציע אַריבער קײן מאָסקװע, און ביז 1945 האָט די צײַטונג שױן געהאַט אַרום 50 מיטאַרבעטער און 300 אײגענע קאָרעספּאָנדענטן אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿון לאַנד. נאָך דער מלחמה איז די הױפּטטעמע געװאָרן דער בײַטראָג פֿון ייִדן אינעם אױפֿבױ פֿון דער סאָװעטישער װירטשאַפֿט, װיסנשאַפֿט און קולטור. עפּשטײן האָט געפּרוּװט אױסצופּועלן בײַ דער סאָװעטישער רעגירונג אַ דערלױבעניש צו דרוקן „אײניקײט‟ טאָגטעגלעך, אָבער דאָס האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן. דער טיראַזש פֿון דער צײַטונג איז געװען צען טױזנט קאָפּיעס, וואָס אײן טױזנט פֿון זײ זײַנען אַוועק אין אױסלאַנד.
די געאָגראַפֿישע פֿאַרשפּרײטונג פֿון דער צײַטונג האָט זיך געביטן מיט דער צײַט. אין די ערשטע יאָרן זײַנען די לײענער געװען לרובֿ אין צענטראַל־אַזיע, ביראָבידזשאַן און אין די מיזרחדיקע געביטן פֿון רוסלאַנד. די גרעסטע צאָל לײענער האָבן זיך געפֿונען אין דער שטאָט טאַשקענט, װאָס האָט דעמאָלט געהאַט אַרום 200,000 ייִדן, לרובֿ — פּליטים און עװאַקויִרטע. שפּעטער, װען ייִדן האָבן גענומען זיך אומקערן אין זײערע אַלטע הײמען אין אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד, איז די צײַטונג זײ נאָכגעגאַנגען.
װי אַלע אַנדערע פּובליקאַציעס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איז אױך „אײניקײט‟ דורכגעגאַנגען אַ שטרענגע פּאָליטישע צענזור. די רעדאַקציע האָט געדאַרפֿט צושטעלן דעם פּלאַן פֿון יעדן נומער אױף רוסיש מיט אַ טאָג פֿריִער אין דעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. יעדע פּובליקאַציע, װאָס האָט געהאַט צו טאָן מיט אױסלאַנד, האָט געדאַרפֿט באַקומען אַ הסכּמה פֿון דער מיניסטעריע פֿאַר אױסלענדישע ענינים. אין מײַ 1948, װען די רעדאַקציע האָט געװאָלט דרוקן פּאָזיטיװע אָפּרופֿן פֿון סאָװעטישע ייִדן אױף דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, האָט זי אַזאַ הסכּמה ניט באַקומען.
די סאָװעטן האָבן פֿאַרמאַכט „אײניקײט‟ אין אײנעם מיטן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין נאָװעמבער 1948. דװקא די אַרטיקלען װעגן דעם אױפֿבױ פֿון דער סאָװעטישער װירטשאַפֿט האָבן געדינט װי אַ באַװײַז צו באַשולדיקן ייִדישע ליטעראַטן און כּלל-טוער אין שפּיאָנאַזש לטובֿת אַמעריקע. די אױספֿאָרשער פֿון דער געהײם-פּאָליצײ האָבן דערין געפֿונען פּרטים, װאָס האָבן כּלומרשט אַנטפּלעקט מלוכישע סודות, װי די צאָל אַרבעטער אױף געװיסע פֿאַבריקן, זײער פּראָדוקטיװקײט, די נעמען פֿון זײערע פֿאַרװאַלטער און אַזױ װײַטער. און היות װי די רעדאַקציע האָט ספּעציעל געבעטן בײַ די קאָרעספּאָנדענטן צו זײַן פּינקטלעך מיט די פֿאַקטישע פּרטים, האָט די געהײם־פּאָליצײ אױסגעטײַטשט די דאָזיקע אינסטרוקציעס װי אַ באַװײַז, אַז מען האָט פֿון סאַמע אָנהײב אָן בכּיװן באַטראַכט „אײניקײט‟ װי אַ קאַנאַל פֿאַר שפּיאָנאַזש. עס האָט ניט אויסגעמאַכט, אַז אַלע מאַטעריאַלן זײַנען גוטגעהײסן געװאָרן דורך דער שטרענגער סאָװעטישער צענזור. אַזױ אַרום איז דער דערפֿאָלג פֿון דער צײַטונג געװאָרן אַ תּירוץ פֿון איר מפּלה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO