Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די טראַנס–אַטלאַנטישע גילגולים פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער בונד‟The trans-Atlantic transformation of the Jewish Labor Bund

די פּאַרטיי האָט געשאַפֿן אַ װעלטלעכע סאָציאַליסטישע שיטה פֿון ייִדישקײט, װאָס האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבערן מזרח–אײראָפּעיִשן גלות.

Frank Wolff

Yiddish Revolutionaries in Migration: The Transnational History of the Jewish Labour Bund

Brill Publishing, 532 pp.

„דער אַלגעמײנער ייִדישער אַרבעטער בונד אין ליטע, פּױלן און רוסלאַנד‟, באַקאַנט אומעטום ווי „דער בונד‟, איז געשאַפֿן געװאָרן אין װילנע אין 1897 װי אַ ייִדישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטײ. דאָס איז געװען די אױפֿבלי-תּקופֿה פֿון דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין אײראָפּע, װען סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטײען זײַנען אױפֿגעקומען אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך, פּױלן און רוסלאַנד.

אידעאָלאָגיש איז דער „בונד‟ געווען אַנדערש פֿון די אַנדערע סאָציאַליסטישע פּאַרטײען מיט אײן װיכטיקן פּרט. דער ייִדישער „בונד‟ האָט ניט געהאַט קײן אײגענע נאַציאָנאַלע טעריטאָריע. אַנשטאָט דעם האָבן די טעאָרעטיקער פֿונעם „בונד‟ אַנטװיקלט די טעאָריע פֿון „דאָיִקײט‟. ייִדן געהערן „דאָ‟, אין דעם לאַנד, װוּ זײ װױנען. זײ דאַרפֿן זיך ניט שלאָגן פֿאַר אַן אײגענער מלוכה, נאָר פֿאַר דער נאַציאָנאַל-קולטורעלער אױטאָנאָמינע, װאָס זאָל גאַראַנטירן זײערע רעכט װי אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעט.

אױף דער ייִדישער גאַס, בפֿרט בײַ די אַרבעטער, איז דער „בונד‟ לכתּחילה געװען מער פּאָפּולער אײדער זײַן קאָנקורענט, די ציוניסטישע סאָציאַליסטישע פּאַרטײ, „פּועלי–ציון‟. אָבער אין יענער צײַט, װען נאַציאָנאַליזם האָט דאָמינירט אין דער אײראָפּעיִשער פּאָליטיק, האָט די אידעאָלאָגיע פֿון „דאָיִקײט‟ ניט געהאַט קײן קיום. פּױלן איז געװען די לעצטע פֿעסטונג פֿונעם „בונד‟ אין אײראָפּע, און דער פּױלישער „בונד‟ איז אומגעקומען אינעם חורבן אין אײנעם מיטן פּױלישן ייִדנטום.

די טראַנס–נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיע האָט אָבער דערמעגלעכט דעם „בונד‟ דורכצומאַכן נײַע גילגולים, בפֿרט אין צפֿון– און דרום–אַמעריקע און אױסטראַליע. קײן עכטער פּאָליטישער כּוח איז דער „בונד‟ מער קײן מאָל ניט געװאָרן, אָבער ער האָט געמאַכט אַ היפּשן בײַטראָג אין שאַפֿן אַ נײַע װעלטלעכע שיטה פֿון ייִדישקײט.

די היסטאָרישע שטודיע, „ייִדישע רעװאָלוציאָנערן אין מיגראַציע: די טראַנס–נאַציאָנאַלע געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד‟ פֿונעם דײַטשישן פֿאָרשער פֿראַנק װאָלף באַטראַכט די געשיכטע פֿונעם „בונד‟ פֿונעם נײַעם טראַנס–נאַציאָנאַלן שטאַנדפּונקט, װאָס איז לעצטנס געװאָרן פּאָפּולער אין דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט. דער דאָזיקער צוגאַנג מאַכט ניט קײן װעזן פֿון נאַציאָנאַלע מלוכישע גרענעצן און באַטראַכט היסטאָרישע דערשײַנונגען אינעם גלאָבאַלן פֿאַרנעם. די כּװנה פֿון זײַן שטודיע, שרײַבט װאָלף, איז צו „שילדערן דעם טראַנס–נאַציאָנאַלן ׳בונד׳ װי אַ גלאָבאַלן שפּילער אין דער ייִדישער געשיכטע און אַ מערקװירדיקער בײַשפּיל פֿון אַ טראַנס–נאַציאָנאַלער סאָציאַלער באַװעגונג.‟ װאָלפֿס מקורים זײַנען די בונדיסטישע ייִדישע פּרעסע פֿון רוסלאַנד, פּױלן, די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אַרגענטינע, װי אױך די זכרונות פֿון בונדיסטן, װאָס האָבן אימיגרירט פֿון דער אַלטער הײם מעבֿר-לים. ער האָט מער אינטערעס אין דער פּראַקטישער טאָג–טעגלעכער טעטיקײט פֿונעם בונדיסטישן עמך אײדער אין די טעאָרעטישע השׂגות און װיכּוחים פֿון דער פֿירערשאַפֿט.

װי אַזױ האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן אױפֿגעבױט דעם „בונד‟ װי אַ נעצװערק פֿון סאָציאַלע און קולטורעלע אינסטיטוציעס אין דער נײַער װעלט? אַ װיכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס, טענהט װאָלף, האָט געשפּילט דער קאָלעקטיװער זכּרון. דער אָנדענק פֿונעם העראָיִשן מזרח–אײראָפּעיִשן עבֿר איז אַרײַנגעפֿלאָכטן געװאָרן אין כּלערלײ בונדיסטישע אַקטיװיטעטן אין דער נײַער װעלט. דער ציל פֿון די בונדיסטישע זכּרון–ריטואַלן איז געװען ניט צו באַפֿעסטיקן דעם נאַציאָנאַל–מלוכישן אַחדות, נאָר אָפּצוגעבן כּבֿוד די אַמאָליקע העלדישע פֿיגורן װי מוסטערן פֿון סאָציאַליסטישער ייִדישער מסירת–נפֿשדיקײט. אַזױ אַרום האָט דער „בונד‟ געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע װעלטלעכע ייִדישקײט מיט אײגענע העלדן, טראַדיציעס און יום–טובֿים.

די דאָזיקע מעמאָריאַלע קולטור האָט דערמעגלעכט דעם „בונד‟ ממשיך צו זײַן זײַן טעטיקײט נאָכן חורבן אין מזרח–אײראָפּע. דער בונדיסטישער פּובליציסט חיים קאַזדאַן האָט פֿאַרגליכן דעם „בונד‟ מיט אַ ייִדישן פֿידלער, װאָס די נאַציסטן האָבן אים דערמאָרדעט און צעבראָכן זײַן פֿידל, אָבער זײַן ניגון האָט װײַטער געלעבט אין די ייִדישע הערצער. „דאָיִקײט‟ איז געװאָרן דער אידעיִשער יסוד פֿון פֿילצאָליקע װעלטלעכע ייִדיש קולטורעלע אַנשטאַלטן, שולן, צײַטונגען אין ניו–יאָרק, מאָנטרעאַל, בוענאָס–אײַרעס און מעלבורן. מען האָט געקענט פּראַװען די דאָזיקע „דאָיִקײט‟ טאָג-טאָגלעך דורך באַטײליקן זיך אין פֿאַרשײדענע קאָלעקטיװע אונטערנעמונגען.

אין די נײַע אינסטיטוציעס װי דער „אַרבעטער–רינג‟ און דער „פֿאָרװערטס‟ האָט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער–באַװעגונג געדינט װי אַ יסוד פֿאַר שאַפֿן אַ נײַע „דאָיִקע‟ װעלטלעכע אַמעריקאַנער–ייִדישע אידענטיטעט, װאָס האָט זיך אַנקעגנגעשטעלט סײַ דער פֿרומער ייִדישקײט סײַ דעם ציוניזם. קאָלעקטיװע אַקטיװיטעטן, אַזעלכע װי אַסיפֿות, װוּ מען האָט געהאַלטן רעדעס און געזונגען אין אײנעם דעם בונדיסטישן הימן „די שבֿועה‟, האָבן געדינט װי אַ מין בריק צװישן דער אַלטער און דער נײַער װעלט. די בונדיסטן האָבן אױפֿגעבױט אַ שטאַרקן טראַנס–נאַציאָנאַלן נעצװערק פֿון אינסטיטוציעס מיט ייִדיש װי אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך און אַ סימבאָלישע קולטור־ירושה.

װאָלף באַטראַכט די געשיכטע פֿונעם „בונד‟ ניט װי אַ רײ היסטאָרישע תּקופֿות, נאָר װי אַ װעלטװײַטע באַװעגונג, װאָס האָט זיך כּסדר צוגעפּאַסט צו די נײַע באַדינגונגען. אַזױ אַרום איז דער „בונד‟ געװען ביכולת איבערצולעבן די היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿעס פֿונעם מזרח–אײראָפּעיִשן ייִדנטום. די פֿאָרמען פֿון דער בונדיסטישער אַקטיװיטעט האָבן זיך געענדערט מיט דער צײַט, אָבער זײַן קערן איז פֿאַרבליבן דער אײגענער, די מעמאָריאַלע קולטור פֿון געדענקען די העראָיִשע מאָמענטן פֿון זײַן מזרח–אײראָפּעיִשער געשיכטע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.