כּמעט אַ גאַנץ לעבן האָט זי געוווינט אין די שלום־עליכם הײַזערLiving nearly a lifetime in the Sholem Aleichem Houses
דער מחברטעס באַשלוס איבערצופֿירן די מאַמע אין אַ נײַער היים האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם באַליבטן בנין־קאָמפּלעקס.
ווען יונגע לײַט פּעקלען זיך איבער אין אַ נײַער היים איז עס געוויינטלעך אַן אַוואַנטורע: מע פֿאָרט אַוועק אין קאָלעדזש; צו אַ נײַער שטעלע; אינעם זיווגס היימשטאָט… די לופֿט שפּרודלט מיט נײַע פּלענער און געלעגנהייטן.
אָבער ווען מיר, ייִדן אין די יאָרן, קלײַבן זיך איבער, איז עס גיכער אַן ענין פֿון אײַנציִען זיך — פֿאַרקלענערן די גרייס פֿון דער שטוב, אַוועקשענקען ס׳רובֿ פֿונעם האָב־און־גוטס וואָס מע האָט במשך פֿון די יאָרן אָנגעקליבן — און זיך באַזעצן נעענטער צו די קינדער אָדער אין אַ וואַרעמען קלימאַט. אַנשטאָט אַן אַוואַנטורע זוכט מען אַ זיכער, אײַנגענעם אָרט אויסצולעבן די יאָרעלעך וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן.
אָבער אין יענע פֿאַלן ווען מיר בלײַבן יאָ אויף אַן אָרט, ווי רעאַגירן מיר ווען אַ שכן אָדער קרובֿ פֿאַרלאָזט די שטוב וואָס איז אונדז אַליין נאָענט צום האַרצן, כאָטש מיר האָבן דאָרט נישט געוווינט? אָט הערט וואָס האָט פּאַסירט ווען איך האָב אַרויסגעצויגן די 91־יאָריקע מאַמע פֿון איר שטוב.
אַחוץ עטלעכע יאָר אין מאַנהעטן האָט מײַן מאַמע דאָס גאַנצע לעבן געוווינט אין די שלום־עליכם הײַזער אין בראָנקס, ניו־יאָרק. זי איז געווען ממש דאָס צווייטע קינד געבוירן צו ווערן אין דעם קאָמפּלעקס, וואָס איז געבויט געוואָרן דורך מיטגלידער פֿונעם אַרבעטער רינג, ווי אַ מיטל צו שטיצן די וועלטלעכע ייִדישע קולטור, אַרײַנגערעכנט ייִדישע קינסטלער פֿאַר וועמען מע האָט אויסגעדונגען אַטעליעען מיט גרויסע פֿענצטער אַרײַנצולאָזן די זונענשײַן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אירע טאַטע־מאַמע וואָס זענען געווען געטרײַע ייִדישיסטן זענען מײַנע טאַטע־מאַמע געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין דער ניו־יאָרקער קונסטוועלט איידער דער ייִדישער. די שלום עליכם הײַזער האָבן זיי אָבער באַזאָרגט מיט אַ גרויסער ליכטיקער דירה, אַנטקעגן איבער אַ פּאַרק, און דירה־געלט וואָס איז געווען אַ סך נידעריקער ווי בײַ די דירות אין צענטער שטאָט.
צוליב דעם וואָס מיר האָבן קיין סך געלט נישט געהאַט האָבן מיר געקויפֿט מעל פֿון טענדלערײַען אָדער מע האָט סתּם אימפּראָוויזירט. אַ טיר, ליגנדיק אויף אַ געשטעל, באַדעקט מיט קישנס, איז געוואָרן אונדזער ערשטע סאָפֿע! דאָס טישל אין קיך איז געווען אַ טאַפֿליע מירמלשטיין ליגנדיק אויף אַ געשטעל, און אַרום טישל זענען געשטאַנען באַרבענקלעך וואָס די מאַמע האָט געפֿונען אין אַ הורטגעשעפֿט פֿאַר רעסטאָראַנען. אויף די ווענט האָבן געהאָנגען הילצערנע מאַסקעס, אַ גרויסער גאָנג און מײַן טאַטנס צייכענונגען פֿון קרובֿים און פֿרײַנד. אויף דער פֿענצטערברעט זענען געווען אויסגעשטעלט בלאָע און אָראַנזשענע פֿלעשלעך. און אַז מ׳איז אַרײַנגעקומען אין קיך האָט מען געדאַרפֿט אויסמײַדן דאָס יאַפּאַנישע ווינטשפּיל וואָס האָט געמאַכט אַ הויכן קלאַנג ווען מע האָט עס אָנגערירט.
מיר האָבן די זאַכן נישט אויסגעזען אומגעוויינטלעך ווײַל ווען מע זעט עפּעס טאָג נאָך טאָג געוויינט מען זיך צו. דערפֿאַר איז מיר געווען אַ שטיקל חידוש ווען מיט יאָרן שפּעטער האָבן אונדזערע אַמאָליקע שכנים זיך אומגעקערט אויף אַ וויזיט כּדי צו ווײַזן זייערע קינדער „די אַלטע היים‟ און אויך געקלאַפּט בײַ דער מאַמען אין דער טיר כּדי צו ווײַזן זייערע קינדער די בלאָע און אָראַנזשענע פֿלעשלעך בײַם פֿענצטער און דעם גאָנג אויף דער וואַנט.
נאָך אַ גרעסערע חידוש איז געווען נאָך דעם ווי מײַן שוועסטער און איך האָבן באַשלאָסן איבערצופֿירן די מאַמע אין אַ הויז פֿאַר עלטערע לײַט אין מאַנהעטן און פּלוצלינג האָט מען אונדז באַשאָטן מיט בליצבריוו פֿון אַלע זײַטן, ווי, למשל אַזאַ בריוול: „איך האָב אַזוי פֿיל זכרונות פֿון אײַער טאַטן, ווי ער האָט געצייכנט מײַן בילד בײַ יענעם טישעלע אין קאָרידאָר, פֿונעם הויכן קלאַנג פֿונעם ווינטשפּיל און די שרעקעדיקע מאַסקעס. בעט דײַן מאַמען וואַרטן ביז איך קום צוריק נאָך איין לעצט מאָל.‟
די אַמאָליקע אײַנוווינער פֿון די שלום עליכם הײַזער, וואָס האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין קאָלאָראַדאָ, קאַליפֿאָרניע און ישׂראל האָבן געוואָלא אַז די אײַנגענעמע קינסטלערישע דירה זאָל בלײַבן אַזוי אויף אייביק. כ׳האָב אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען אַזאַ רעאַקציע ביז איך האָב זיך דערוווּסט אַז מײַן שוועגערין פֿאַרקויפֿן זייער הויז אין באָלטימאָר — אַ שטוב וווּ מיר האָבן במשך פֿון די יאָרן פֿאַרבראַכט אַ סך שעהען — בעת מײַן מאַן און איך האָבן געראַנדקעוועט; נאָך דעם ווי אונדזער ערשט קינד איז געבוירן געוואָרן און נאָך דעם — יעדן פּסח.
מײַן שוועגערין, אַ בעסערע בעל־הביתטע פֿון מיר, האָט געלערנט מײַנע טעכטער ווי צו מאַכן קניידלעך מיט יויך. אין דער שאַפֿע האָט מען תּמיד געפֿונען אויסגעפּרעסטע האַנטעכער און אין קיך האָט מען תּמיד געפֿונען פֿרישע הייסע קאַווע. אין איר שטוב האָב איך זיך תּמיד געפֿילט זייער גוט, דאָרט האָבן מיר געשמועסט שעהען לאַנג טיף אין דער נאַכט אַרײַן בעת די קינדער זענען געשלאָפֿן אָדער אין שפּעטערע יאָרן ווען די קינדער זענען אַרויסגעגאַנגען מיט פֿרײַנד.
„וואַרט אַ ביסל!‟ האָב איך געוואָלט זאָגן מײַן שוועגערין. „לאָמיר פֿאַרברענגען נאָך איין פּסח בײַ אײַך; וואַרט ביז מײַנע טעכטער געפֿינען זייערע באַשערטע, כּדי דו זאָלסט זיי קענען ׳פֿאַרהערן׳. איך וויל אַז מיר, פֿיר, זאָלן רעדן ביז האַלבער נאַכט וועגן דער סאָצפֿאַרזיכערונג און אונדזערע געזונט־צרות…‟
עקספּערטן זאָגן אַז ווען מע עלטערט זיך איז וויכטיק צו מוטשען׳ דעם מוח אַ ביסל יעדן טאָג, דורכן מאַכן קעסטל־רעטענישן, זיך לערנען אַ שפּראַך אָדער נײַע פֿאָלקסטענץ. ווי איך צוגעבן: ווען אונדזערע נאָענסטע מענטשן ציִען זיך אַרויס פֿון אַ שטוב וואָס איז טייל פֿון אונדזער אייגענער פֿאַרגאַנגענהייט זאָלן מיר „מאַכן אָרט‟ אין מוח צו געדענקען די פּרטים פֿון יעדן צימער, און אַזוי אַרום בלײַבט אונדז די שטוב ווײַטער, כאָטש אין זכּרון, אַ צווייטע היים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO