Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַן אײַנדרוק פֿון אוקראַיִנע ווי אַ יונגער גאַסט דאָרטMy impressions of Ukraine as a young visitor

בעת אַ שול־עקסקורסיע אין קיִעוו האָט מאַטוועיעוו פֿאַרלאָזט די גרופּע און איז אַ גליקלעכער געפֿאָרן מיטן מעטראָ איבער דער שטאָט.

ס׳איז צו פֿרי צו מאַכן וועלכע־ניט־איז אויספֿירן וועגן דער שרעקלעכער סיטואַציע איצט אין אוקראַיִנע. איך וויל פּשוט דערציילן, ווי איך האָב, ווי אַ 13־יאָריקער בירגער פֿון רוסלאַנד, פֿאַרבראַכט אינעם דאָזיקן לאַנד אַ ממשותדיקע צײַט – בסך־הכּל, בערך אַ יאָר.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז אויף דער אינטערנעץ פֿאָרגעקומען אַ ווידעאָ־באַגעגעניש פֿון מײַן אַמאָליקן מיטלשול־קלאַס. מײַנע קלאַס־חבֿרים וווינען איצט אַרום דער גאָרער וועלט – פֿון שווייץ ביז אויסטראַליע; נישט ווייניק פֿון זיי, פֿאַרשטייט זיך, זענען געבליבן אין פּעטערבורג. מיר האָבן זיך מיט פֿאַרגעניגן דערמאָנט די שול־עקסקורסיע קיין קיִעוו בײַם סאַמע סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, 1990.

ס׳איז געווען אַ וואַרעמער פֿרילינג־טאָג און קיִעוו איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן צוליב עפּעס אַ צויבערישער פּראַכט אירער. אַחוץ די מוזייען און אַנדערע היסטאָרישע מקומות, בין איך דעמאָלט אַליין אַרומגעפֿאָרן אויפֿן קיִעווער מעטראָ און באַזוכט דעם הידראָפּאַרק – אַ שיינעם אינדזל־קוראָרט אויפֿן ברייטן ברעג פֿונעם טײַך דניעפּער.

בשום־אופֿן האָב איך דעמאָלט נישט באַטראַכט אוקראַיִנע ווי אַ פֿרעמד לאַנד. אַדרבה, אונדזער שול־לערערין האָט זיך איבערגעשראָקן, אַז איר 13־יאָריקער תּלמיד איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אַ פּאָר שעה און זיך געלאָזט וואַנדערן איבער קיִעוו אָן קיין רשות. אַליין האָב איך קיין מורא נישט געהאַט.

אין אויגוסט 1991 האָט אוקראַיִנע דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט. זײַענדיק נאָך אַלץ אַ שול־קינד, האָב איך פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנע צוויי זומערס – אין 1991 און 1992. קיין גרויסע חידושים, אַחוץ אומגעוויינטלעכע נײַע מינים געלט, האָב איך דעמאָלט נישט באַמערקט. נאָך דער אומאָפּהענגיקייט, האָט מען אין אוקראַיִנע צוערשט אײַנגעפֿירט די קופּאָנען – אַ מין צײַטווײַליקע באַנקנאָטן, וואָס האָבן אויסגעזען ווי פּשוטע שטיקלעך פּאַפּיר מיט אַ שטעמפּל. דערנאָך האָט זיך באַוויזן די פֿריִיִקע עכטע וואַלוטע – קאַרבאָוואַנצעס.

אין די יאָרן 1996 און 1997 בין איך אַרומגעפֿאָרן איבער אַ סך היסטאָרישע ייִדישע שטעטלעך אין אוקראַיִנע און אָפּגעוווינט בערך אַ האַלב יאָר אין באַרדיטשעוו, וווּ איך האָב געאַרבעט ווי אַ מלמד בײַם אָרטיקן רבֿ, שלמה־יום־טובֿ ברײַער – אַן אַמעריקאַנער סקווערער חסיד פֿון ניו־סקווער. אַ ממשותדיקע צײַט האָב איך אין יענע יאָרן אויך פֿאַרבראַכט אין קיִעוו און אומאַן. די אוקראַיִנישע הויפּטשטאָט איז מיר ווידער געפֿעלן געוואָרן ווי אַ פּרעכטיק פֿרידלעך אָרט.

די באַרדיטשעווער ישיבֿה איז געווען, אַגבֿ, אַ ייִדיש־רעדנדיקע: אַ גרויסער חידוש אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. הרבֿ ברײַער האָט געפֿאָדערט בײַ זײַנע תּלמידים צו רעדן אַפֿילו צווישן זיך אויף ייִדיש. אין באַרדיטשעוו, ווי אויך אין אומאַן, האָב איך זיך צום ערשטן מאָל גוט באַקענט מיטן הײַנטיקן „היימישן‟ חסידישן ייִדיש.

דעמאָלט בין איך אָפֿט געפֿאָרן פֿון פּעטערבורג און מאָסקווע קיין קיִעוו און צוריק מיטן אַלטן סאָוועטישן פּאַספּאָרט; קיין אַנדערע רײַזע־דאָקומענטן האָט מען נישט געפֿאָדערט. איינמאָל האָבן זיך די אוקראַיִנישע גרענעץ־כּוחות צוגעטשעפּעט, אַז אין מײַן פּאַס פֿעלט עפּעס אַ שטעמפּל; האָב איך זיי אַרויסגערופֿן אין אַ שטיל אָרט צווישן די וואַגאָנען פֿון דער באַן און געגעבן כאַבאַר – 10 דאָלאַר. קיין גרויסע טענות האָב איך נישט געהאַט; אין רוסלאַנד האָט אויך געהערשט אַ הפֿקר. די פּאָליציי אין ביידע לענדער האָט אָפֿט נישט געוווּסט, וואָס צו טאָן אין פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, און כאַבאַר איז געווען אַ „נאָרמאַלער‟ אופֿן צו לייזן די פּראָבלעמען מיט דער מאַכט.

אַן אַנדערש מאָל האָב איך געהאַט בײַ זיך אַן אַנטיק־אויסגאַבע פֿונעם ספֿר „ליקוטי־מוהר״ן‟; ווען עס האָט זיך באַוויזן אַ גרענעץ־פּאָליציאַנט, האָט ער אָנגעהויבן פֿרעגן קשיאות: וואָס איז דאָס און פֿאַרוואָס טראָג איך אַזאַ בוך? כ׳האָב זיך געגעבן אַן עצה און דערקלערט, אַז דער מחבר, רבי נחמן בראַצלעווער, איז געווען אַן אוקראַיִנישער ייִד און ממילא איז זײַן ספֿר אַ טייל פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ירושה. דאָס האָט טאַקע געפּועלט.

דערנאָך, בעת יענער נסיעה, ווען איך האָב זיך דערקליבן פֿון קיִעוו קיין אומאַן מיט אַן אָרטיקן אויטאָבוס, האָט מיך אָפּגעשטעלט די פּאָליציי און געפֿאָדערט די אוקראַיִנישע וויזע; כ׳בין געווען אָנגעטאָן ווי אַ חסיד. איך האָב דערקלערט, אַז ווי אַ בירגער פֿון רוסלאַנד דאַרף איך נישט קיין וויזע. דער אוקראַיִנישער פּאָליציאַנט האָט געפֿרעגט: „טאַקע אַזוי, אין רוסלאַנד טרעפֿן זיך אויך חסידים?‟ ער האָט זיך אויף אַ רגע פֿאַרטראַכט און געשטעמפּלט אין מײַן פּאַספּאָרט אַ דערלויבעניש צו בלײַבן דרײַ טעג אין דער שטאָט. אָט דעמאָלט האָב איך זיך צום ערשטן מאָל דערפֿילט, אַז אוקראַיִניע איז טאַקע אַ פֿרעמד לאַנד. פֿון דעסט וועגן, בין איך למעשׂה געבליבן אין אומאַן אַ פּאָר וואָכן.

מיט יאָרן שפּעטער, האָב איך עפּעס ענלעכס דערפֿילט, ווען איך בין געפֿאָרן פֿון ניו־יאָרק קיין מאָנטרעאָל: אויך אַן אַנדער לאַנד, וווּ אַ סך מענטשן רעדן אויף פֿראַנצויזיש, אָבער נישט קיין פֿרעמד אָרט פֿאַר אַ ניו־יאָרקער. די מאָנטרעאָלער פּאַרקן בײַם טײַך סענט־לאָרענס האָבן מיך בפֿירוש דערמאָנט אין קיִעוו.

במשך פֿון די לעצטע 12 יאָר, בפֿרט נאָכן אוקראַיִנישן איבערקערעניש פֿון 2014, ווען רוסלאַנד האָט איבערגענומען דעם האַלב־אינדזל קרים, בין איך אַליין אין אוקראַיִנע נישט געווען, אָבער פֿאַקטיש יעדן טאָג גערעדט מיט די, וואָס וווינען דאָרטן. ס׳איז קלאָר, אַז נאָך די 1990ער האָט די אַטמאָספֿער זיך שטאַרק געביטן. אַנטי־רוסישע און אַנטי־אוקראַיִנישע שטימונגען, אָפֿטמאָל ממש אַ טיפֿע שׂינאה, זענען געוואָרן, צום באַדויערן, אין ברייטע קרײַזן אַ מישטיינס געזאָגטע נאָרמע. אַוודאי, קאָן מען בשום־אופֿן נישט פֿאַרטיידיקן דעם הײַנטיקן מיליטערישן אָנפֿאַל מצד רוסלאַנד, אָבער ס׳איז וויכטיק צו געדענקען, אַז אַ פּאַמעלעכע מלחמה גייט שוין אָן 8 יאָר אין מיזרח־אוקראַיִנע.

זינט 2014, זענען צום ווייניקסטן 13 טויזנט מענטשן אומגעקומען אין די מיזרחדיקע ראַיאָנען פֿון אוקראַיִנע; ביידע צדדים, די אוקראַיִנישע מלוכה און די רוסיש־רעדנדיקע סעפּאַראַטיסטן, באַשולדיקן איינער דעם צווייטן אין כּלערליי עוולות און זענען, ווײַזט אויס, נישט זעלטן ביידע גערעכט.

ס׳איז שוין לאַנג נישטאָ קיין פֿרידלעכע אוקראַיִנע ווי ס׳איז געווען אין מײַן יוגנט. ס׳איז קלאָר, אַז נאָכן הײַנטיקן בלוטיקן קאָנפֿליקט וועלן די באַציִונגען צווישן רוסן און אוקראַיִנער בלײַבן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט זייער אָנגעשטרענגט. איך האָף אָבער צו דערלעבן די צײַט, ווען אַ נסיעה פֿון מאָסקווע קיין קיִעוו, צי פֿאַרקערט, וועט זיך ווידער פֿילן – מער אָדער ווייניקער – ווי אַ פֿרידלעכע נסיעה פֿון ניו־יאָרק קיין מאָנטרעאָל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.