Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איינער האָט געשריבן פּאָפּולערע וויסנשאַפֿט־ביכער; דער צווייטער — ייִדישע פּיעסעסOne wrote popular science books, the other – Yiddish plays

די ברידער יעקבֿ און יוסף פּערלמאַן, ביידע באַקאַנטע שרײַבער, האָבן געשריבן אויף גאָר אַנדערע סטילן

די לייענער פֿון מײַנע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען ווייסן, אַז איך שרײַב גענוג אָפֿט אויף פֿאַרשיידענע פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס. פֿון קינדווײַז אָן האָבן אויף מיר שטאַרק משפּיע געווען די ווערק פֿונעם רוסישן מחבר יעקבֿ פּערעלמאַן (1882 – 1942), וועלכער האָט געהאַט אַ גרויסן טאַלאַנט צו באַקענען קינדער און דערוואַקסענע מיט מאַטעמאַטיק, פֿיזיק און אַסטראָנאָמיע אויף אַ טשיקאַווען, צוטריטלעכן אופֿן. הײַיאָר מערקט מען אָפּ אי זײַן 140סטן געבורט־יוביליי, אי 80 יאָר זינט זײַן פּטירה.

ערשט איצט, לייענענדיק פּערעלמאַנס ביאָגראַפֿיע, בין איך געוווירן געוואָרן, אַז זײַן משפּחה האָט געהאַט אַ דירעקט שײַכות צום ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער, ווי אויך צום פֿאָרווערטס. יוסף פּערעלמאַן (1878 – 1959), דער עלטערער ברודער פֿונעם פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכן מחבר, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי פּיעסעס און אַנדערע ווערק אויף ייִדיש אונטערן פּסעוודאָנים אָסיפּ דימאָוו.

ביידע ברידער זענען געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק – דעמאָלט אַ טייל פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע, הײַנט — פּוילן. יידן האָבן באַטראָפֿן כּמעט צוויי דריטל פֿון די תּושבֿים אין דער שטאָט. אין פּערעלמאַנס משפּחה האָט מען גערעדט אויף ייִדיש און אויף רוסיש. ביידע ברידער האָבן זיך געלערנט אינעם פּעטערבורגער וואַלד־אינסטיטוט, וווּ  זיי האָבן שטודירט פֿאַרשיידענע ענינים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו וואַלד־ווירטשאַפֿט. ביידע זענען דווקא ניט געוואָרן קיין ביאָלאָגן צי אינזשענירן, נאָר באַשלאָסן צו ווערן פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער.

בײַ 16 יאָר האָט יוסף פּערעלמאַן אָנגעהויבן פּובליקירן הומאָריסטישע מעשׂיות אין רוסישע סאַטירישע זשורנאַלן. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אויסגעקליבן זײַן שטענדיקן פּסעוודאָנים: אָסיפּ דימאָוו. זײַנע שפּעטערדיקע ווערק טראָגן אָפֿט אַ טרויעריקן טעם און זענען פֿאַרבונדן מיט ייִדישע טעמעס.  מיט צוויי יאָר נאָך דער כוואַליע פּאָגראָמען אויף ייִדן אין 1905, למשל, האָט דימאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן פּיעסע „שמע ישׂראל“ („הער, ישׂראל“ אויף רוסיש), וועגן דעם ביאַליסטאָקער פּאָגראָם. אינעם זעלבן יאָר הייבט ער אָן צו שרײַבן אין דער וואַרשעווער „ראָמאַן־צײַטונג“.

אין 1913 האָט דער באַקאַנטער רעזשיסאָר באָריס טאָמאַשעווסקי פֿאַרבעטן דימאָוון קיין ניו־יאָרק, צו שטעלן זײַן פּיעסע „דער אייביקער וואַנדערער“ (אויך אויף רוסיש). דער שרײַבער איז שוין געבליבן אין אַמעריקע און איז אַריבער אויף ייִדיש. אַ טייל פֿון דימאָווס ווערק בלײַבן נאָך אַלץ פּאָפּולער. דער באַוווּסטער תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער „ייִדישפּיל“ האָט געשטעלט זײַנע דראַמעס „יאָשקע־מוזיקאַנט“, לכתּחילה אָנגעשריבן אונטערן טיטל „דער זינגער פֿון זײַן טרויער“, און „דער ווילנער חזן“. אינעם פֿאָרווערטס האָט דימאָוו פּובליקירט, אַחוץ אַרטיקלען און עסייען, זײַנע זכרונות „וואָס איך געדענק“, וואָס מע קאָן אויסהערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם אַמהערסטער צענטער פֿון ייִדישע ביכער, געלייענט פֿון צבֿיה סערלין.

יוסף פּערעלמאַנס ברודער יעקבֿ האָט פֿאַרענדיקט דעם וואַלד־אינסטיטוט אין 1908. דעמאָלט איז ער שוין געווען אַ באַוווּסטער פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכער שרײַבער און אַ מיטאַרבעטער פֿונעם רוסישן זשורנאַל „נאַטור און מענטשן“. אין 1913 איז אַרויס דער ערשטער טייל פֿון זײַן „פֿאַרכאַפּנדיקער פֿיזיק“; די שפּעטערדיקע ענגלישע ווערסיע הייסט Physics for Entertainment. דאָס בוך האָט שטאַרק אויסגענומען אַפֿילו בײַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿיזיקער. דעם פּעטערבורגער פּראָפֿעסאָר אָרעסט כוואָלסאָן האָט פֿאַרחידושט, אַז לויט דער אָפֿיציעלער פּראָפֿעסיע איז דער מחבר אַ וואַלד־ווירטשאַפֿטלער און ער האָט אים געעצהט צו פֿאַרנעמען זיך דווקא מיט אַזאַ מין טעטיקייט.

אַזוי האָט פּערעלמאַן טאַקע געטאָן. אין 1914 האָט ער צוגעשריבן אַן אייגענעם קאַפּיטל צו זשול ווערנס ראָמאַן „פֿון דער ערד אויף דער לבֿנה“ און געשילדערט זײַן ווערק ווי אַ „וויסנשאַפֿטלעך־פֿאַנטאַסטישע“. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז ער געווען צווישן די ערשטע שרײַבער, אויב נישט דער סאַמע ערשטער, וואָס האָט זיך באַנוצט מיט אַזאַ טערמין.

בדרך־כּלל איז יעקבֿ פּערעלמאַן נישט באַקאַנט ווי אַ בעלעטריסט, אָבער למעשׂה האָט ער אָנגעשריבן נישט ווייניק אינטערעסאַנטע פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען. אין זײַנע פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע ביכער דערמאָנט ער כּסדר פֿאַרשיידענע ווערק פֿונעם דאָזיקן זשאַנער, וואָס איז אינעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט נאָך געווען אַ חידוש. צוליב דעם פֿאַרכאַפּנדיקן סטיל פֿון זײַנע ווערק קלינגען זײַנע ביכער טיילווײַז ווי כּמו־פֿאַנטאַסטישע און האָבן משפּיע געווען אויף אַ סך שרײַבער־פֿאַנטאַסטן. אַ גאַנצע ריי ביכער, געשאַפֿן מיט צענדליקער יאָרן פֿאַר דער קאָסמאָס־תּקופֿה, האָט פּערעלמאַן געווידמעט דער טעמע פֿון נסיעות אויף דער לבֿנה און אַנדערע פּלאַנעטן.

צוליב זײַן ראָלע אינעם פּאָפּולאַריזירן די קאָסמישע טעמע, האָט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַסטראָנאָמישער פֿאַרבאַנד אָנגערופֿן לכּבֿוד אים אַ גרויסן קראַטער אויף יענער זײַט פֿון דער לבֿנה. אין 1959 האָט דער סאָוועטישער סאַטעליט „לונאַ־3“ אים צום ערשטן מאָל פֿאָטאָגראַפֿירט.

אָסיפּ דימאָוו האָט נישט דערלעבט צו זען, ווי עס ווערט פֿאַרווירקלעט זײַן ברודערס חלום פֿון די פּראַקטישע לבֿנה־נסיעות. יעקבֿ פּערעלמאַן אַליין איז, נעבעך, געשטאָרבן פֿון הונגער אין 1942 בעת דער נאַצי־בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד.

אין דעם פֿאַל, האָבן צוויי ברידער זיך פֿאַרנומען מיט היפּוכדיקע זאַכן: איינער מיטן ייִדישן טעאַטער און דער צווייטער – מיט דער פּאָפּולערער וויסנשאַפֿט. ביידע ענינים לאָזן זיך אָבער גרינג קאָמבינירן. ד״ר אַבֿרהם קאַספּע, דער מחבר פֿון אַ צאָל וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש, האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געפֿירט אַ פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע רובריק אינעם פֿאָרווערטס. זײַנע ביכער אויף ייִדיש וועגן אַסטראָמאָניע, כעמיע און געאָלאָגיע זענען אָנגעשריבן אין אַ מער „טרוקענעם“ סטיל, אָבער שטרעבן אויך צו באַקענען דעם לייענער מיט די דאָזיקע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלינען אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן.

דער הײַנטיקער פֿרומער זשורנאַל „דער וועקער“ פּרוּווט אויך צו פּאָפּולאַריזירן די נאַטור־וויסנשאַפֿט אויף אַ פּשוטן אופֿן, געוואָנדן  צום חסידישן עולם, וואָס האָט, בדרך־כּלל, אַ שוואַכע וועלטלעכע בילדונג. און וואָס שייך בעלעטריסטיק, שטעקט אין דער פּאָפּולערער וויסנשאַפֿט אַ  רײַכער אוצר פֿון מעגלעכע ליטעראַרישע סוזשעטן. באַקומט זיך, אַז פֿון ביידע ברידער פּערעלמאַן האָט דער הײַנטיקער ייִדישער שרײַבער זיך וואָס אָפּצולערנען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.