פֿאַר וואָס מע טאָר נישט פֿאַרלײַדן פּראָ־רוסישע נאַראַטיווןWhy we shouldn’t tolerate pro-Russian narratives
די ייִדישע פֿאָרשערין אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ שטיצט עפֿנטלעך רוסלאַנדס אַרײַנדרינגונג אין אוקראַיִנע.
זינט רוסלאַנד איז רוצחיש באַפֿאַלן אוקראַיִנע מיט אַכט יאָר צוריק, איז קלאָר ווי דער טאָג: הײַנט מוז יעדער אײנער אָננעמען אַן אַקטיװע שטעלונג, מע טאָר נישט בלײַבן שטיל. דער װעלטס שווײַגן האָט שוין נישט איין מאָל דערפֿירט צו גרױסע אומגליקן.
רוסלאַנד האָט שוין חרובֿ געמאַכט פֿיל שטעט און שטעטלעך דורך אירע ראַקעטן. גװאַלדאַקטן, פּײַניקונגען, טױטע קינדער, מאַסן־קבֿרים, הײַזער־פֿאַרניכטונג — דאָס זײַנען נישט קײן בילדער פֿון אַ האָליוווּד־פֿילם. דאָס איז די װירקלעכקײט, אין װעלכער עס לעבן הײַנט מיליאָנען מענטשן.
די אוקראַיִנער קעמפֿן פֿאַר זײער זעלבשטענדיקײט, פֿאַר זײער רעכט צו לעבן װערדיק און פֿרײַ. צוליב די אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס פֿון רוסלאַנד מוז מען, צום באַדױערן, זיך שלאָגן פֿאַר דעם רעכט. דער פּרײַז פֿאַר פֿרײַהײט ווען מע האָט אַזאַ שכן איז זײער הױך.
טאַקע דערפֿאַר קען מען נישט בלױז שװײַגנדיק אָבסערװירן, װאָס טוט זיך. פֿאַרקערט, מע דאַרף אײַנהאַלטן די אַלע, װעלכע שטיצן רוסלאַנד אין איר מלחמה קעגן אוקראַיִנע. ווי ס׳האָט אַ מאָל געזאָגט דער בריטישער דענקער עדמאָנד בורק: „כּדי דאָס שלעכטע זאָל זיגן איז גענוג, אַז גוטע מענטשן זאָלן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט.“
איך דערמאָן דאָס אַלץ אין שײַכות מיט יואל מאַטוועיעווס אַרטיקל אינעם פֿאָרווערטס, דעם 15טן אויגוסט 2022 — „אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ — אַ פֿאָרשערין פֿון י. ל. פּרצעס רעטענישן“. זינט מאַרץ 2022 איז אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ ממש אַ מעגעפֿאָן פֿון די מאָסקווער שטעלונגען. זי שטיצט עפֿנטלעך רוסלאַנדס אַרײַנדרינגונג אין אוקראַיִנע, װאָס מײנט אין תּוך אַז זי שטיצט די פֿאַרטיליקונג פֿון די אוקראַיִנער.
בײַם הײַנטיקן טאָג טאָר מען נישט טאָלערירן פּראָ-קרעמלדיקע אַרױסזאָגן.
דאָס קען מען אפֿשר נישט זען פֿונעם אַרטיקל. אָבער מע קען װעגן דעם געװױרן װערן פֿון פּאָלאָנסקאַיאַס קאָמענטאַרן אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ. אַ סך אירע קאָלעגן-ייִדישיסטן האָבן אָבסערװירט אירע טעגלעכע מעלדונגען, װידעאָס, אַרטיקלען און קאָמענטאַרן — אַלע װעגן דער רוסיש-אוקראַיִנישער מלחמה. פּאָלאָנסקאַיאַ, דאַכט זיך, האָט אין גאַנצן אױפֿגעהערט שרײַבן װעגן אירע פֿאָרשונגען, קלאַסן אָדער אַנדערע אַקאַדעמישע זאַכן – די אײנציקע טעמעס װאָס זײַנען דאָרט געבליבן זענען קאָמענטאַרן מיט פֿראַזעס ווי „נאַציס אין אוקראַיִנע“, „אוקראַיִנישער פּרעזידענט-נאַרקאָטיקער“ און „אוקראַיִנישע סאָלדאַטן װעלכע באַהאַלטן זיך הינטער דער ציװילער באַפֿעלקערונג“.
אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ רעקאָמענדירט די אוקראַיִנער זיך אונטערצוגעבן, װאָס מײנט אין רעאַליטעט אַז אוקראַיִנע װעט אין אַזאַ פֿאַל פֿאַרלירן איר זעלבשטענדיקײט. די פֿאָרשערין פֿאַרשפּרײט אויך ליגנס װעגן רוסישע אַטאַקן אױף דער ציװילער באַפֿעלקערונג: זי לײקנט די טעראָריסטישע אַקטן אינעם אײַנקויף-צענטער אין קרעמענטשוק אָדער אױפֿן צענטראַלן פּלאַץ אין װיניצע.
נאַטירלעך האָט אַ גרױסער טײל פֿונעם ייִדישן ציבור פּראָטעסטירט קעגן פּאָלאָנסקאַיאַס שׂינאהדיקע מיינונגען און האַלט אַז מע דאַרף זי פֿאַרדאַמען. עטלעכע פֿון זײ האָבן געשריבן: „נאָכן לייענען איר פֿייסבוק קען איך באמת ניט פֿאַרשטיין ווי קען אַ מענטש ממש טראַכטן אַז די וואָס דערהרגענען אַנדערע און פֿאַרגוואַלדיקן קינדער און פֿרויען זענען גיבורים.“
רעדנדיק װעגן מײַן אײגענער מײנונג, װיל איך דאָ דערקלערן פֿאַר װאָס בין איך זיכער אַז אַזעלכע עפֿנטלעכע (איך רעד דאָ טאַקע װעגן עפֿנטלעכע – כ’װיל דאָס אונטערשטרײַכן) אַרױסזאָגן זײַנען סכּנותדיק.
ערשטנס, איז אַ פּערזענלעכע מײנונג שוין מער נישט פּערזענלעך װען:
- עס גײט אַרױס פֿון אַ השפּעהדיקן אַקאַדעמיקער
- די מיינונג װערט אָפֿן אַרױסגעזאָגט אין דער סאָציאַלער מעדיאַ צװישן קאָלעגן און סטודענטן
- און דאָס װיכטיקסטע: ווען דער מענטש זאָגט אַרויס אַזוינע מיינונגען טאָג־טעגלעך,װי אין אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַס פֿאַל.
צווייטנס, דאַרף מען פֿאַרשטיין אַז יעדע פֿאַרטיידיקונג פֿון רוסלאַנד אין דער מלחמה, יעדעס מאָל וואָס מע פֿאַרקרימט די פֿאַקטן (וואָס איז גלײַך ווי זאָגן אַ ליגן), פֿאַראורטײלט מען די מענטשן װעלכע פֿאַרטײדיקן זײער לאַנד, און דערבײַ צעבלאָזט עס די פֿלאַמען פֿון דער מלחמה. ווערטער האָבן אַ כּוח.
דריטנס, איז דאָס אויסדריקן שטיצע פֿאַר פֿאַרברעכנס און טעראָריסטישע אַקטן אַליין אַ פֿאַרברעך.
איצט קען מען שטעלן נאָך אַ פֿראַגע: פֿאַר װאָס איז דאָס פּאָפּולאַריזירן אַזעלכע מענטשן, אַזוי ווי דורך מאַטוועיווס פּראָפֿיל פֿון פּאָלאָנסקאַיאַ, נאָך מער סכּנותדיק?
- װײַל מיט אַזעלכע טוּונגען שיקט מען אַ קלאָרן מוסר־השׂכּל: „דײַן עפֿנטלעכע פּראָפּאַגאַנדיסטישע טעטיקײט איז נאָרמאַל, מיר האָבן גאָרנישט קעגן דעם.“ במילא קען מען אַרויסדרינגען דערפֿון: „מיר שטיצן אַזאַ מוסר־השׁכּל.“
- ווײַל אַזוי ווײַזט מען אַרויס שטיצע פֿאַר אַ מענטש מיט פֿײַנטלעכע מיינונגען נישט בלויז צום יחיד אַליין, נאָר אויך צום ברייטן עולם; אין דעם פֿאַל — די טױזנטער פֿאָרווערטס־לײענערס.
ס׳איז טאַקע וויכטיק צו שרײַבן וועגן ייִדישע פֿאָרשער און וועגן זייער אַרבעט אָבער מע דאַרף אויך געװױרן װערן מער װעגן זיי, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זיי זײַנען נישט קײן פּראָפּאַגאַנדיסטישע מעגעפֿאָנען. און אױב עס ווײַזט זיך אַרויס אַז זײ צעשפּרײען שׂינאהדיקע שטעלונגען, דאַרף מען זיי נישט אָפּגעבן קיין כּבֿוד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO