וואָס ס׳האָט מיר געטראָפֿן איין יום כּיפּור פֿאַרטאָגס — און ווי איך האָב תּשובֿה געטאָן What happened to me one Yom Kippur at dawn — and how I atoned for it
דער מחבר דערציילט ווי ער האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין מקווה שטיבל, זיך אַרומגעקוקט — קיינער זעט נישט, ער דרייט די קליאמקע און גייט אַרײַן.
דער אַרטיקל איז געשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
ויהי בשנת תשס״ט, בליל יום הכיפורים, שוין נאך חצות הלילה, עס איז צווייען ביינאכט, און איך כמידי שנה בשנה – ווי יעדעס יאר יום כיפור, דריי זיך מיטן תהילים׳ל אין ליידיגן גרויסן שיל, ווייל א מנהג האב איך געהאט צו בלייבן וואך יום כיפור ביינאכט, צוליב וואס איך האב מורא געהאט אז א מקרה לילה – (א נאכטיקער ארויסלאז), וועט מיר חלילה פאסירן אינעם הייליגסטן נאכט אינעם יאר, אבער היי יאר בין איך שטארק שלעפעריג, מיינע פיס פאלן, און דער יצר הרע רעדט מיך איבער און איך קלער צו זיך — וואס וועט טאקע פאסירן אז איך גיי היי יאר אהיים, איך וועל זיך זעצן אויפן סאפע און דארטן ווייטער ממשיך זיין מיטן תהילים זאגן.
און איך לאז מיך צורעדן פונעם יצר הרע, איך גיי אהיים, איך זעץ מיך, נישט אויפן פשוט׳ן סאפע, נאר אויפן פוכיגן ליגעשטול, און אז שוין אויפן ליגעשטול, מאך איך זיך שוין כולו באקוועם און צי זיך שוין טאקע אויס. עס איז האלב טונקל, רואיג, אן איינגענעמער ווארימע נאכט שלאָף אטמאספערע ארום, א לוקסוס מיינער פאר א יום כיפור ביינאכט. זאג איך ווייטער פונעם תהילם’ל, אבער אז כ׳בין שוין באקוועם, לייען איך שוין עפעס א מעשה׳לע פון יום כיפור, און ערגעץ ווען טרעף איך מיר אין עולם החלומות, אין פארגעסענע וועלטן.
ווער ווייסט וויפיל צייט עס איז אדורך, אזויפיל איז זיכער, דאס האט אזוי געצויגן ביז עס האט שוין געטאגט אינדרויסן, ווייל ווען איך האב פלוצלינג געשפירט דעם בום בום בום בום בום, און געעפנט די אויגן, איז געווען ליכטיג ביים פענסטער.
איך גיב זיך א כאפ אין בהלה, וואס??
עס איז יום כיפור היינט!
א קאלטער שווייס באדעקט מיין פנים… יא יא, די הויזן זענען באנעצט מיט דאס ארגסטע….. א פחד און שרעק האט מיר באנומען. ווען עס איז נישט קיין בושה און נישט קיין פריוואטער זאך, וואלט איך ארומגעלאפן ווי א פארסמטער מויז, און געמאכט קולות פון געוואלד.
כ׳האב אבער געוואוסט אז נישטא קיין צייט צו זיצן און פחד׳ענען, מען דארף באלד טון למעשה. ווי אן עולם התוהו׳ניק פיל מיט זעלבסט אפשיי לויף איך אין שיל אריין, ס׳איז פארטאגס, ס׳קיינער נישט אין שיל, אויף טייל באשטימטע ערטער זענען אנגעלייגט טליתים און מחזורים, און איך הייב אן נישטערן אין כל מיני מחזורים. עס מוז דאך זיין אז איינער פון די פארשידנארטיגע מחזורים רעדן פון א פאל ווי עס האט מיט מיר פאסירט. מיין פארלוירענער בליק איז געפאלן אויף דעם באקאנטן פרעכטיגן גראבן מחזור „דברי יואל“, אט דער מחזור איז געווען ידוע צו פארמאגן אוצרות פון הנהגות הזהרות הדרכות און דרשות איבערן באטרעפנדן יום טוב, פון דעם ענדלאזן תורה׳דיגן קוואל, דער סאטמארער רבי, רבי יואליש ז״ל.
איך בין נישט געווען קיין גרויסער אנהענגער פון סאטמאר, אבער דא אין מיין פאניק האב איך געכאפט דעם גראבן מחזור און געבלעטערט און געזוכט ערגעץ צווישן מערבית און שחרית, האפענדיג אז איך וועל עפעס טרעפן אן הדרכה פון סאטמאר רבי׳ן פאר א צובראכן הארץ פון א צאפלדיגן יונגערמאן אין א יום כיפור פארטאגס. און דער כל בו מחזור האט מיך נישט אנטוישט, און איך האב געפונען. דער סאטמארער רב האט א סך צו זאגן וועגן דעם ענין, קודם כל בארואיגט ער דיך: „האב נישט קיין פחד, ווייל דאס איז נישט דיין שולד, נאר פאלג נאך א תשובה פערציג טעג נאך יום כיפור און אלץ וועט גוט זיין.“ און איך שריי אויס ווי צו זיך מיט דערלייכטערונג, געזונטערהייט, איך מאך אלע תשובות און תיקונים, אבי מיין נשמה איז נישט קיין פארפאלענער. ווי א פאציענט וואס דער דאקטאר זאגט אים אז ער איז ארויס פון סכנה, נאר נעם די מעדיצינען, האט אין מיר אריינגעבלאזן א נחמה און האפענונג.
און וואס איז מיטן ליכלוך מיינעם, די טומאה? גיי איך זיך אזוי שטעלן דאווענען אינעם הייליגסטן טאג אן זיך ארום וואשן און אן א מקווה נאך אזא מעשה? ווייל יום כיפור איז אסור זיך וואשן. זאגט דער רבי אינעם מחזור: „ניין, אין אזא פאל, וואש דיך יא ארום, און גיי יא אין מקווה, ווייל וויאזוי קען מען זיך שטעלן אום יום הקדוש לפני מלך מלכי המלכים ווען די קליפות שפרינגען ארום? אבער טו אלץ בצנעה, ערשטנס כדי קיינער זאל נישט קלערן אז דו ביסט עובר אויף אן הלכה, און צווייטנס, דארף דאך קיינער נישט וויסן וואס עס האט דיר פאסירט ביינאכט.
„דערפאר האט דער רבי באפוילן אז אלע גבאים זאלן זען אפן צולאזן אלע סאטמארער מקוואות איבער די וועלט.“
ווייס איך שוין אויכעט וואו צו טרעפן א מקוה. דאס איז די סאטמארער שיל, און לאמיר טאקע אהין לויפן יעצט ווילאנג עס איז נאך פארטאגס, און עס איז אומעטום ליידיג.
מיט ציטער שפאציר איך אריין אינעם קארידאר פונעם סאטמארן בית המדרש. עס קען מיר נאך אנטרעפן פונקט א באקאנטער און פרעגן וואס איך טו דא אינעם סאטמארן שיל אין א יום כיפור פארטאגס, אבער ברוך השם, אלעס איז ליידיג. איך קום צום מקווה שטיבל, איך קוק זיך ארום, קיינער זעט נישט, איך דריי די קלאמקע. יא, עס איז אפן, טאקע ווי עס שטייט אינעם מחזור.
מיט נערוועזע אויגן בליק איך אריין, ווי איז טאמער איז נאך עמיצער דא מיט די זעלבע מעשה? ווער רעדט טאמער איז עס א באקאנטער. וועט מען זיך מסתמא נישט קוקן אין פנים איינעם דעם אנדערן כאילו מען קען זיך נישט.
מיט פארזיכטיגע טריט גיי איך אריין, עס איז גענצליך ליידיג ברוך השם. איך גיי אריין אין שטיבל פון די בורות, געלויבט השם יתברך, די מקווה איז פול און עס איז קיינער נישטא. דארף איך מיר טאקע צואיילן, יעדער ליאדע מינוט קען עמיצער אנקומען און וויסן אז שיעלע כהנאן האט פאסירט א פאסירונג אום יום כיפור נאכט. ווי אן אויגן בליק טו איך אפשינדן מיינע בגדים, (טאקע ווי דער כהן גדול אום יום כיפור וואס ער איז געווען דער איינציגסטער יא צו גיין אין מקווה אום יום כיפור). איך טאנץ אריין אין דער לעבלעכער מקווה — זיי מיר מוחל, באשעפער, גיב איך א זאג. כ׳שפרינג ארויס, צוויי מינוט דערויף בין איך געווען אנגעטון און ארויס פון דעם מקווה שטיבל, קיינער האט מיך נישט געזען ארויסקומען ברוך השם, און אלץ איז אריבער בשלום. נאך איין זאך נאר, איך דארף זיך באהאלטן פאר א האלבער שעה אין בית הכסא ביז מיינע פאות טריקענען זיך אפ. אז נישט וועט דאך עמיצער פארשטיין פון וואנען איך קום. און ס׳האט יענעם יום כיפור פארטאגס קיין נפש חיה נישט געוואוסט פון מיין גיין אין מקווה מעשה.
א סך טרערן האב איך אין דעם טאג פארגאסן אז עס זאל מיך דעם יאר קיין בייזס נישט פאסירן חלילה און אז גאט ברוך הוא זאל מיר פאר מיין פאסירונג מוחל זיין. די קומענדיגע פערציג טעג האב איך טאקע אויסגעפירט מיין תשובה ווי עס באפעלט דער מחזור „דברי יואל“. דאס האב איך אלע טאג געדארפט זאגן די יוצרות פון יום כיפור וועלעכע שילדערן די ווירטשאפט אין הימל מיט די מלאכים אום יום כיפור. דאס האט גענומען א קיימא לן פון צוויי שעה. אבער עס האט זיך געלוינט פאר א יעדער פרייז. איך האב מיך צום סוף געשפירט גערייניגט און נתקבל, און געוואוסט האב איך אז עס ווארט אויף מיר א גוט יאר, נאך אפילו בעסער פון א געווענטליכער יאר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO