Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי קען מען בײַטן די הלכה־דעפֿיניציע פֿון אַ ייִד?Can one’s Jewish identity be halachically redefined?

זעלטענע גמרא־דעות, וואָס זענען אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן אָדער אָנגענומען בלויז אין געוויסע קרײַזן, קאָנען זײַן אַ סכּנותדיקער קוואַל פֿון קאָנטראָווערסיעס.

נישט לאַנג צוריק האָט די Times of Israel פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מיינונג־אַרטיקל פֿון ניצן האַמבורג, וווּ ער טענהט, אַז לויט דער אוראַלטער ייִדישער טראַדיציע זענען קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן און אַ ניט־ייִדישער מאַמען ייִדן. אינעם אַרטיקל ווערט אָבער נישט ריכטיק ציטירט אַ גמרא־דף: יבֿמות ט״ז ע״ב. דאָרט שטייט גאָרנישט וועגן קינדער פֿון ייִדישע טאַטעס, נאָר עפּעס אַ סך מער ראַדיקאַלס: רב אַסי האָט געהאַלטן, אַז אַלע מענטשן אין דער וועלט זענען ספֿק־ייִדן, ווײַל צווישן זיי טרעפֿן זיך אַזעלכע, וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע שבֿטים. דערפֿאַר, לויטן דאָזיקן באַקאַנט בבֿלישן אַמורא, מוז מען זיך נאָך אַ געמישטער חתונה גטן כּהלכה. אַזאַ דעה איז נישט אָנגענומען געוואָרן.

האַמבורגער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל וואָלט מען נישט פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן אַזעלכע גרויסע תּנ״כישע פֿיגורן, ווי אַלע קינדער פֿון יעקבֿ אָבֿינו, משה רבינוס צווי זין און דוד המלכס זון אַבֿשלום, ווײַל זייערע מאַמעס האָבן נישט געשטאַמט פֿון ייִדן. דער מחבר פֿאָדערט בײַ די הײַנטיקע רבנים צו בײַטן די הלכה אַליין – און ממילא בײַטן די געזעצלעכע ישׂראלדיקע דעפֿיניציע פֿון ייִדן. דער אַרטיקל איז דערשינען אויף ענגליש, העברעיִש און רוסיש. אין די סאָציאַלע נעצן האָבן זיך אָנגעהויבן אַקטיווע דיסקוסיעס אַרום דעם ענין, ווײַל הײַנט קומען אָן קיין מדינת־ישׂראל אַ סך עולים פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע – אָפֿט על־פּי־דין נישט קיין ייִדן.

צי קען מען טאַקע „פּשוט“ בײַטן די הלכה? אין דעם פֿאַל, מיין איך – אַבסאָלוט נישט. הלכה־שפּילערײַען אין אַזאַ סענסיטיוון געביט זענען אַ געפֿערלעכער פּאַנדאָראַס קעסטל, אַ מעגלעכער קוואַל פֿון אויסטערלישע קאָנטראָווערסיעס.

לאָמיר זיך דערמאָנען אַנדערע דעות, וואָס טרעפֿן זיך אויך אין דער גמרא. רש״י, איינער פֿון די גרעסטע ראשונים, האָט געשטיצט די גמרא־מיינונג, אַז אַ קינד פֿון אַ ייִדישער מאַמען און אַ נישט־ייִדישן טאַטן איז אַ ספֿק־ייִד. די אַנדערע ראשונים האַלטן נישט אַזוי, נאָר אין אַזעלכע חסידישע קרײַזן, ווי תּולדות־אַהרן, סאַטמאַר און סקווער, איז מען צומאָל פֿאָרמעל מגייר אַזעלכע ייִדן. אַוודאי, גייט דאָ נישט קיין רייד פֿון אַ לאַנגן פּראָצעס. מע טוט עס שטילערהייט אויפֿן אָרט, בפֿרט ווען עס קומט צו אַ שידוך, כּדי צו באַשטעטיקן דעם ייִדישן סטאַטוס פֿון „זײַטיקע“ בעל־תּשובֿות.

אַזאַ מינהג איז פֿאַרשפּרייט, אַפֿילו אויב אַ בעל־תּשובֿה מיט אַ גוטן ייִחוס פֿון אַלע זײַטן וויל זיך אָנשליסן אין געוויסע חסידישע קרײַזן. אינעם שולחן־ערוך ווערט דערמאָנט דער ענין פֿון קבלת־חבֿרות – אַ כּמו־גיור בײַם ווערן פֿרום. דערפֿאַר באַקומט זיך אַ היסטאָרישער פּלאָנטער אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון די ספֿרדישע אַנוסים; צוליב דעם, וואָס זיי זענען אויפֿגעוואַקסן ווי קריסטן, האָט מען זיי מיט 300 יאָר צוריק געטובֿלט מיט קבלת־המיצוות, אָבער אָן קיין ספּעציעלער ברכה, און שפּעטער ווערן זיי באַצייכנט אין פֿאַרשיידענע דאָקומענטן ווי גרים.

רבי מאיר און רבי עקיבֿא, צוויי גאָר באַקאַנטע תּנאָים, האָבן געהאַלטן, אַז אַ קינד פֿון אַ ייִדישער מאַמען און אַ גוייִשן טאַטן איז אַ ממזר. צום גליק, איז אַזאַ דעה נישט אָנגענומען געוואָרן אין וועלכער־ניט־איז הײַנטיקער קהילה. פֿון דעסט וועגן, האָט זי זיך אויך דערקײַקלט, אין אַ געוויסן זין, ביזן הײַנטיקן טאָג. דער באַקאַנטער ברוקלינער חסידישער פּוסק הרבֿ מנשה קליין האָט אין זײַן ספֿר „משנה הלכות“ שאַרף קריטיקירט און פֿאַקטיש געאַסרט חתונה צו האָבן מיט ייִדן, וואָס האָבן אַ טראָפּן גוייִש בלוט „אַפֿילו פֿון צען דורות צוריק“.

באַקומט זיך, אַז אַזעלכע דעות, וואָס קלינגען בײַ ס׳רובֿ הײַנטיקע פֿרומע ייִדן אויסטערליש שטרענג און אַפֿילו ראַסיסטיש, טרעפֿן זיך יאָ אין דער פּראַקטישער הלכה און מינהגים, און די פֿאַרקערטע – דווקא קיינמאָל נישט. אַלע ספֿקות, וואָס שייך דעם ייִדישן סטאַטוס, האָט מען היסטאָריש געלייזט דורך אַ פֿאָרמעל גיירות.

אין מיטל־עלטער האָבן די קראָים טאַקע באַשלאָסן, אַז ווי באַלד בײַ אַ סך תּנ״כישע פֿיגורן זענען די מאַמעס נישט געווען קיין ייִדן, איז אַ קינד פֿון אַ ייִדישן טאַטן אַ ייִד. קינדער פֿון ייִדישע מאַמעס און גוייִשע טאַטעס זענען אָבער בײַ זיי דווקא נישט קיין ייִדן. לויט דער געוויינטלעכער גמרא־ייִדישקייט האָבן אַלע דערמאָנטע תּנ״כישע פֿרויען זיך מגייר געווען; דערצו, זענען די בײַשפּילן פֿאַרן מתּן־תּורה בכלל נישט קיין ראַיה. למשל, יעקבֿ אָבֿינו האָט חתונה געהאַט מיט צוויי שוועסטער, אָבער הײַנט טאָר מען עס נישט טאָן, ווײַל אויפֿן באַרג סיני האָט עס דער אייבערשטער פֿאַרווערט.

אין ישׂראל איז שוין לאַנג אָנגענומען דער „מינהג“ צו רעגיסטרירן געמישטע חתונות אין אַן אַנדער לאַנד. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, קרום, נאָר מיט אומטראַדיציאָנעלע הלכה־שפּילערײַען קאָן מען די דאָזיקע פּראָבלעם נישט לייזן. דערצו, וווינען דאָרט אַ סך מענטשן אָן קיין ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן חתונה מיט ייִדן דורך דער זעלבער באַקאַנטער קונץ.

די דערמאָנטע פּראַקטישע מינהגים, וואָס טרעפֿן זיך אין אַ טייל קהילות, ווײַזן, אַז מע טאָר נישט אויסמישן דאָס פּריוואַטע לעבן מיט פּאָליטיק. אין יענע פֿאַלן גייט אַ רייד וועגן די חסידים אין מערבֿדיקע לענדער, וווּ זייערע מינהגים האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט די מלוכישע געזעצן. אויב אין ניו־סקווער צי אין קרית־יואל וויל דער עולם נישט אָננעמען קיין זײַטיקע ייִדן ווי „עכטע“ – מילא, קיינער צווינגט דאָך נישט די אַמעריקאַנער בירגער אין אַלגעמיין צו ווערן סקווערער צי סאַטמאַרער.

איך גלייב, אַז די איינציקע עצה איז אינגאַנצן אָפּצושאַפֿן די דיסקרימינאַטאָרישע געזעצן און דערלויבן אַלעמען חתונה צו האָבן מיט וועמען מע וויל. דאָס איז טאַקע גראָד און יושרדיק; בירגערלעכע רעכט טאָר מען בכלל נישט דעפֿינירן לויט דער הלכה, וואָס מאַכט כּסדר אַן אונטערשייד צווישן ייִדן און גוייִם. אַפֿילו מיט קונצן און ראַדיקאַלע חידושים פּאַסט עס נישט אין דער מלוכישער ספֿערע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.