ווידעאָ: איזי פּאָזען — אַ פֿיזיקער פֿון אַ סאַטמערער משפּחהVIDEO: Meet Izzy Pozen, a physicist from a Satmar family
פּאָזען דערציילט וועגן זײַן יוטוב־סעריע וווּ ער רעדט וועגן פֿיזיק און וויסנשאַפֿט אויף ייִדיש

Image by League for Yiddish
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all this Yiddish, brought to you weekly by our Foverts editor Rukhl Schaechter.
אין דעם קאַפּיטל פֿון דער ייִדיש־ליגעס סעריע אינטערוויוען, „ייִדיש הײַנט“, שמועסט דער קאָנפֿעראַנסיע אלי בענעדיקט מיט איזי פּאָזען, אַ געוועזענער חסיד וואָס איז געוואָרן אַ פֿיזיקער.
פּאָזען דערציילט וועגן זײַן יוטוב־סעריע וווּ ער רעדט וועגן פֿיזיק און וויסנשאַפֿט אויף ייִדיש און אויך וועגן זײַן באַשלוס אַוועקצוגיין פֿון דער חסידישער קהילה און זײַן הײַנטיקער באַציִונג מיט יענער קהילה.
איזי פּאָזען איז געבוירן געוואָרן אין סטאַמפֿאָרד־היל, לאָנדאָן, בײַ אַ סאַטמערער משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר און ישיבֿות, און דערנאָך האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין בריסטאָלער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט שטודירט פֿיזיק און פֿילאָסאָפֿיע, און פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין פֿיזיק. פּאָזען באַטייליקט זיך אין אַ פּראָיעקט וואָס פֿאָרשט דעם חסידישן אידיש.