מיר שלעפּן דעם רודף אין אַ פֿינצטערן צימער — און וואָס ס׳האָט נאָך דעם פּאַסירטGetting the bully into a dark room — and what happened next
נאָכן אָנקלינגען אים מיט דער ידיעה אַז מע האָט געפֿונען זײַן חומש איז ער גלײַך אַרײַן אין אונדזער פּאַסטקע
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש און איז דער צווייטער קאַפּיטל פֿון דער מעשׂה, „ווי קען איך זיך נוקם זײַן אין דעם ייִנגל וואָס דערגייט מיר די יאָרן?“
הכּלל, בלייבט מיר נאר געוואויר צו ווערן וואו דעם יונגאטשנס קלאס-צימער געפינט זיך, און וואו גענוי ליגט זיין שופלאד מיטן חומש.
בדרך נס איז מיר געלונגען צו אנטדעקן דעם גענויעם ארט. אויף וויפיל איך געדענק איז מיר צוניץ געקומען א גוטער חבר א ידיד פון מיין אייגענער כיתה. ער האט געקענט דעם יונג פון דער נאענט און אויך ער האט געהאלטן אז ער איז ווערט פעטש. זאל ער טאקע דערפאר זיין געבענשט.
מיטאג ווען אלע קינדער האבן זיך געשפילט אונטן אין הויף גיי איך פארזיכטיג מיט א פלאטערדיגער הארץ אריין אין דעם יונגאטש׳נס ליידיגער כיתה, א צימער רוי און פרעמד פאר מיר. גאט צו דאנקען קיינער נישט דא. איך דערוויש זיין קעסטל, כ׳זע א חומש, אויפן ערשטן עמוד שטייט גרויס און קלאר זיין נאמען יאקאב מיטן טעלעפאן נומער, ס׳איז טאקע זיין חומש, זע נאר, זע… איך גיב א כאפ דעם ספר, כ׳פארזוים נישט קיין סעקונדע און ווער גיך פארשוואונדן.
מיט פּאַטאָס קום איך אהיים צו דער מומע נאך חדר, פאר מיין געלונגענער שטיק ארבעט. בין איך דאך ווייזט אויס יא עפעס א שטיקל חברה׳מאן… מוישי דער עילוי אז ער קומט אהיים שפעטער אין אווענט טוט תכלית ווי אפגעשמועסט. ער קלינגט דעם נומער אינעם חומש ביי דעם יעניגן אין שטוב, עמיצער אויפן אנדערן זייט טרייבל הייבט אויף און דער געריבענער מוישי מאכט דעם אנשטעל: „דא רעדט מען פונעם השבת אבדה שטיבל אין קליווילאטקער בית המדרש. מיר האבן געטראפן א חומש מיט אייער זון׳ס נאמען, מיר זענען אפן היינט נאכט פון אכט ביז אכט דרייסיק.“ און מוישי דרייט זיך אויס צו מיר מיט חיים דוד׳ן און זאגט: „דער מדובר קומט צום ‘השבת אבדה’… זאכן גייען ווי געשמירט.“
און מיר, דהיינו איך מיט חיים דוד׳ן, לויפן אין אן אויגנבליק צום שכנות׳דיגן קליווילאטקער בית מדרש, און ווי צוויי דעטעקטיוון ווארטן מיר אָפּ דעם פויגל אינעם נעץ וואס מיר האבן פאר אים אויסגעשפרייט. די שילכל איז פּוּסט ליידיג, עס שמעקט פונעם נר תמיד, מיר שפאנען צום חושך׳דיגן חדר שני הינטערן שטיבל און ווארטן אים אפ, פּוּנקט ווי צוויי לעמפערטס הינטער א בוים אין וואלד וואס ווארטן אויפן קרבן. און אט עפנט זיך די טיר אין שילכל, מיר בליקן ארויס פונעם חושך, און יא, דאס איז ער, דער „חתן בחור“ אליינס…און מיר ווארטן געשפאנט.
דער יונג קלאפט אן דער רביצינס טיר ביים זייט פונעם שטיבל. אז די רביצין עפנט אויף פרעגט ער וועגן דעם השבת אבדה שטיבל און זיין חומש. די אלטע רביצין די אלמנה ווייסט נעבעך נישט פון קיין חומש און נישט פון קיין השבת אבדה שטיבל דא. ווען בו בעת בליקן מיר ווי צוויי גזלנים און ווארטן ווי חיות טרף אינעם טונקעלן הינטער צומער. די רביצין מיט א מוטערליכער שטימע אנטשולדיגט זיך אז זי ווייסט נישט וויאזוי אים צו העלפן, פארמאכט די טיר און גייט צוריק אין שטוב אריין, לאזנדיג דעם אינגל אינדרויסן פאר׳חידוש׳ט.
און אז די טיר האט זיך פארמאכט כאפן מיר זיך אויפן שעת הכושר, אויף דער גלענצענדער געלעגנהייט. ווי אין שטורעם שפרינגען מיר ארויס, גיבן א כאפ דעם דזשוליק ביים קארג און שלעפן אים אריין אין טונקעלן צימער. און נאך איידער וואס וואו ווען, איז ער אויסגעדרייט ווי א שעפסט צום געשאָר און מיר איבער זיינע ביינער. באלד ווי ער דערזעט מיין פנים הייבט ער אן זיך ווארפן ווי א געבינדענער צאפ, שרייענדיק: „לאמיך אפ, דו רשע! כ׳האב דיר גארנישט געטון!“ און דער חיים דוד הייבט אים אן אנהאקן די זייטן ווי נאר ער קען, זבענגען רעכטס און לינקס, בעת אויך איך גיב צושטייער מיט מיינע צוויי ליימענע הענט למראות העין…
„גארנישט געטון האסטו?“ פיסקעוועט חיים דוד מיטן וויליאמסבורגער חיתוך הדיבור אז ניצוצות שפייעכץ שפריצן ארויס ווי פונקען. געדענקסט נישט ווי דו האסט אים באליידיקט פאר די אנדערע? ‘באנאנא’? ‘בארביקיו’? ‘לאצי’? ‘פּאָצי’? יא, געדענקסט?… ‘פּיפּקען לאָצי פּאָצי’ קענסטו?“ בום… פּלאַטש… זבענג… און אוי גאטעניו, דער שוועסטער-קינד מיינער ווייסט ווי מען טוט אפ א שטיקל ארבעט אז טישן און בענק ארום פארגייען אין א שדים רקידה און ס׳פרייען זיך די זיידעס אונזערע אויבן אין הימל.
און אזויווי מיר זענען זיך מטפל מיטן בחור אין פילן שוואונג, באווייזט זיך פלוצים אין שטורעם ווי ארויסגעוואקסן פון דער ערד א היימיש געשטאלט. „וואס שלאגט עץ דעם אינגל??“ שרייט יענער מיט אן ארץ־ישראלדיגן אקצענט, אריינשטורעמענדיג צווישן אונז. „לאטס אפ דעם אינגל, אבער שוין זאפארט, כ’וועל אליין אייך געבן מכות און שלעק!“
חיים דוד דער געבוירענער עזות פנים, דערשרעקט זיך נישט פון דעם אומבאוואוסטן געשטאלט וואס מישט זיך דא אריין, און איז ממשיך מיטן מקל׳ן, פאר דעם הייסט ער דאך חיים דוד, און עפנט גלייכצייטיג א פיסק אויף דעם איד, ווי עס פאסט פאר דעם וויליאמסבורגן עזות פנים׳ל. „ווער האט דיך געפרעגט?“ שרייט ער. „טראג זיך אפ פון דאנען, דו אפגעריסענער, אפגעפליקטער, ווער האט דיך אהער גערופן?“
„וואס הייסט ‘ווער האט מיך אהער גערופן׳, דו מחוצף, איך בין דאך זיין טאטע! לאטס אפ דעם אינגל! איך וועל ענק ביידן אריינהאקן די ביינער!“ און ער רעגנט מיט פעטש — צו וואס חיים דוד איז סייווי געוואוינט טאג טעגליך פון זיין אייגענעם בייזן טאטן…
„אאא, זיין טאטע ביסטו? קוק וואס פארא זון דו האסט ערצויגן, אזוי ביסטו אים מחנך?“
„נישט ענקערע געשעפטן וויאזוי איך בין מחנך מיין זון, דו מחוצף!“ שטאמלט דער טאטע מיט רוגז, שוין קלאר אז ער עסט זיך אליינס אן מיט זיין תכשיט.
„וואס הייסט נישט אונזערע געשעפטן? יעדן טאג רודף׳ט ער מיין קאזין דאס חיות און שרייט אים נאך אינמיטן די גאסן, דער אקס, דאס איז מותר?“
„וואלט עץ געדארפט רופן מיך, דעם טאטן, נישט טון אליינס אזוינע זאכן, און מיין זון וועסטו נישט רופן קיין אקס!“
„הא, און דיין זון טוט נישט אליינס קיין זאכן? ער לאכט זיך אויס פון דיר, יעצט אליינס לאכט ער דיר אונטער דיין רוקן און מאכט דיר לעקיש!“ זאגט ליגן חיים דוד דער באנדיט.
„איך וועל דיר גיבן מכות און שלעק, דו חוצפהנ׳יאק איינער, מיר וועסטו נישט מאכן לעקיש אונטערן רוקן!“ שרייט דער טאטע שוין נעבעך צום אייגענעם זון, אריינגעבנדיג אים שוין אפאר פליקן.
א ממזר קינד, דער חיים דוד אונדזערער.
ביסלעכווייס האט מען זיך אלע בארואיקט. יאקאבס טאטע האט געמאכט א שטיקל דין תורה צווישן די צוויי צדדים, זיך אביסל אויסגע׳טענה׳ט, און צום סוף אונז צוגעזאגט אז מער וועט דאס נישט פאסירן, ער וועט גוט אנ׳מוסר׳ן זיין בענאק, און ביידע צדדים זענען אהיים בשלום.
„איך האב באלד דערשמעקט אז עפעס טויג דא נישט מיטן השבת אבדה דא,“ מורמלט דער טאטע ביים ארויסגיין מיטן זון. „ס׳מיר באלד נישט געפעלן, דערפאר טאקע בין איך מיטגעקומען. אן השבת אבדה אין קליווילאטקער שטיבל? קוים א נפש חיה גייט דארט אריין.“
קומענדיגן טאג אין אויטאבוס איז יאקאב געזעסן איינגעלייגט ווי א לעמעלע, צווישן מיר און אים האט געהערשט א רוח פון שלום, כמעט ווי א שטיקל ברודערשאפט האט זיך אנטוויקלט צווישן אונז. עס האט שוין באלד אויסגעזען ווי מיר האבן געטון א טובה מער אים ווי פאר זיך אליינס. אלץ א דאנק די מומעס חכמה און פקחות!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO