ווידעאָ: באַקענט זיך מיט דער פּאָעזיע פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״לVIDEO: Getting to know the poetry of the late Rivka Basman ben-Hayim
די ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרין טרין לייענט פֿאָר אירע לידער און גיט צו אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן קאָנטעקסט.

Photo by Bella Bryks Klein
לזכּרון דער גרויסער ייִדישער שרײַבערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַן אינטערעסאַנטער ווידעאָ וווּ די ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרים טרין לייענט פֿאָר און דיסקוטירט באַסמאַנס פּאָעזיע. דורכן ווידעאָ באַקענט מען זיך מיט באַסמאַנס לידער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות, און טרין גיט דערבײַ צו אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן קאָנטעקסט.
רבֿקה באַסמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל ווילקאָמיר אין 1925 און געשטאָרבן אין הרצליה אין 2023. זי האָט געוווּנען אַ צאָל פּרעמיעס פֿאַר אירע ווערק, אַרײַנגערעכנט דעם איציק מאַנגער פּריז אין 1984 און דעם חיים זשיטלאָווסקי פּריז אין 1998.
דער ווידעאָ איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע בשותּפֿות מיטן ייִוואָ און „יאָ – ייִדיש־אָרט“ עטלעכע חדשים נאָך דער פּאָעטעסעס פּטירה דעם 22סטן מאַרץ 2023.