פֿאַר וואָס א רביש אייניקל פֿירט נישט קיין אויטאָ און ניצט נישט קיין גאָפּלWhy a Rebbe’s descendent doesn’t drive or use forks
יהושע כּהנא, אַליין אַ רביש אייניקל, רעכנט אויס די תּקנות וואָס אַזאַ ייִד מוז פֿאָלגן, אַפֿילו ווי אַ קינד
[דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אינעם חסידישן ייִדיש. אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג פֿונעם אַרטיקל געפֿינט זיך אונטן, בײַם סוף.]
א „רבי’ש אייניקל“ (אָדער ווי אנדערע רופן עס — א בנש״ק) איז א מושג וואס יעדעס חסידיש קינד ווייסט פון קליינווייז אן.
ער (ס’איז אייביג אן „ער“; נאר מענער האבן דעם טיטל) איז אן אייניקל פון איינעם פון די באקאנטע רבי’ס אין דער קהילה. אז דער זיידע איז א קליינער רבי און איז נישט זייער באקאנט, פארדינט ער נישט דעם חשוב’ן טיטל.
ער איז איינער וואס די זיידעס זענען ביי אים נישט קיין זיידעס, נאר מארקצייכנס. עמיצער וואס טאמער איז ער עוסק אין פרנסה דארף ער עס טאָן שטילערהייט, כדי ער זאל נישט פארשוועכן דאס „הייליגטום“ פֿון זײן אן אפשטאמיקער פון א צדיק. פירן אן אויטא איז אסור בתכלית האיסור; שוין אפּגערעדט — פארן אויף א ביציקל.
אזא איינער בין איך געווען. אלץ ארום מיר האט געפוכיגט מיט סאמעט, באדעקט און באדעקט, מיט לבוש און מיט וואס נישט, אפילו די נשמה איז געווען באדעקט, און אפשר אויך דער שכל.
פיסעלעך האבן מיר געהאט ווי די בת יענה׳ס, די שטרויסן — לאנגע, דינע פיסלעך מיט שוואַרצע זאקן. און צינגען־שיך גלאנציגע און בפירוש אן בענדלעך. אחוץ די שווארצע זאקן מוז ער טראגן א בעקעשע — א וואכעדיגע בעקעשע אבער פארט א בעקעשע וואס איז אומגעשטרייפט, מיט געשניטענע קעשענעס, און מיט שטאף באדעקטע קנעפלעך. סתם א הוט קען מען אודאי נישט גיין, ס׳וועט דאך זיין חוזק חזקות און מע גייט מיט א סאמעטענעם הוט.
אויך דאס פנים דארף טראגן א „פנים“. ער דארף ווייזן כאראקטער, הייליגקייט, א הילע פון קדושה עליאה אז ס׳זאל יעדער פארשטיין פארוואס ער טראגט זיך מיטן גאנצן פמליא פון לבושים ארום.
דיבורים איז אן עקסטרע מסכת. א רבי׳ש אייניקלס יידיש־לשון איז אנגעפאקט מיט לשון הקודש׳דיגע אויסדרוקן פון לשון הצדיקים הקדמונים, און איז זיך מונע פון לשון המדינה. אזוי למשל זאגט א רביש קינד א משקה אנשטאט א געטראנק; א מאכל אנשטאט צובייס; א מלבוש אנשטאט א רעקל. אן אויסדרוק ווי „נו נו“ איז שגור בפיו. א רביש אייניקל גייט נישט שלאפן, נאר טוט זיך אנלענען. ער עסט נישט, נאר איז עפעס טועם.
א רביש אייניקל האט נישט קיין פרוי אדער ווייב; ער האט א שטוב, א בני בית, א אידענע אדער א רביצין. א רבי׳ש אייניקל שפאצירט נישט גלייך מיט איר, דער עקרת הבית, נאר ער גייט פאראויס און זי הינטער אים. בכלל איז די גאנצע שייכות צווישן אים און איר אומדירעקט. זיי מורמלען אונטער די וואנצעס היימישע אויסדרוקן ווי „נו“ און „מהיכי תיתי“. זיי האבן זיך אבער ליב ווי יעדער מאן און ווייב, געוואנדן זיך אוודאי ווי גוט ס’איז דער שלום בית.
און אז מען רעדט שוין פון דער עקרת הבית, וואס טוט זיך מיט דער רבי׳ש אייניקלטע, אַ מיידל וואס שטאמט פון א רבין? זי וועט גיין צעפ, א לאנג איידל שעסל (יופע אדער ספאדניצע) און א בלוזקע ווי מיידלעך האָבן געטראָגן אין די מחזרח־אייראפעישע שטעטלעך. די חתונה געהאטע ניצן אויך מער לשון קודש אין זייער ווערטער אוצר. אזוי אויך ביי די אינגלעך פון די סארט שטיבער, זיי וועלן טראגן א גרויס קאפל מיט לאנגע פאות, שווארצע ברילן, אז ס׳זאל זיך קיינער נישט טועה זיין אז ס׳רעדט זיך דא פון א „מאדעל“.
א רביש אייניקל שטייט אין שיל נאר ביי דער מזרח וואנט. אז ער דאוונט שטייט ער מיט זעלבסטזיכערקייט אנטקעגן דעם רבונו של עולם און גייט מיט העק אין הימל אריין, צוגעבנדיק צו די תּפֿילות אן עכטן „אוי אוי!“ אָדער „וויי וויי!“
ער עסט נישט קיין אייזקרעם בפרהסיא. מאנכע רבי׳ש אייניקלעך זענען שטארק אנטקעגן ניצן א גאפל וואס זיי האלטן איז צו בעל־הבתיש, אפילו ווייבעריש. (ביי היימישע יידן הייסט „בעל־הבתיש“ עפּעס וואָס גשמיותדיקע פארמעגלעכע יידן טוען.)
אנדערע רבי׳שע אייניקלעך גייען פיל ווייטער, זייער גאנצער וועזן איז איין שטיק הילע פון לעגענדע. פון זייער מויל קומט נישט ארויס קיין גראד ווארט, נאר פאעטישע לשון קודשדיקע פסוקים. אז מען פרעגט זיי למשל: „וואס מאכט א איד?“ קומט אן ענטפער: „ואילו פינו מלא שירה כים!“ (אַ פּסוק פון תפילת נשמת, וואָס מיינט „וואלט מיין מויל פיל געווען מיט לויב ווי דער ים“). אז מען פרעגט: „ווי גייט עס מיט פרנסה?“ ענטפערן זיי: „הקב״ה זן ומפרנס מקרני ראמים ועד ביצי כינים!“ (גאט שפייזט און פיטערט פון די הערנער פון די וויזלטירן צו די אייערלעך פון די לייז!)
זייער אנוועזנהייט שאפט יראת הכבוד און זייער לבוש איז אזוי באדעקט מיט סאמעט און זייד, קאלירן און בלימעלעך, בגד על גבי בגד, אז נאר א בולדאזער קען זיי צעברעכן. „אתרוגים׳לעך אין דער וואטע“ רופט מען זיי.
און ביי רבישע אייניקלעך איז מען זיך משדך נאר צווישן זיך, א זיידע פאר א זיידן. חלילה פאר א רביש אייניקל צו נעמען עמיצן א לעפקאוויטש פון גאס. די אלע זיידעס וועלן דארט אויבן זיך איבערדרייען אין די קברים. סיידן דער לעפקאוויטש איז א גרויסער גביר, דאן וואס א טענות קען מען דען האבן?
א רביש אייניקל נעמט נדבות, מעמדות הייסט עס, און טיילט ברכות. אבער צו דער זעלבער צייט שטייט ער מער אויס צו שעלטן, ווייל מיט דעם וואס ער טאר נישט ארבעטן בלייבט ער תמיד פארביטערט זייענדיג א נצרך לבריות, א ביטערער ארעמאן, אויפן גאנצן לעבן. טאמער העלפט מען אים נישט חתונה מאכן די קינדער שעלט ער אן זיינע ארומיגע ווי משה רבינו האט געשאלטן די עמונים ומואבים.
צו הערן אַ רעקאָרדירונג פֿונעם אַרטיקל, גיט אַ קוועטש דאָ:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO