אַן אויסגעטראַכטע שריפֿטשפּראַך באַצװעקט צו ראַטעװען די װעלטThe emoji-like writing system that was supposed to save the world
קאַרל בליץ האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און געװידמעט זײַן לעבן צו פֿאַרמײַדן נאָך אַ גענאָציד.
הײַנט צו טאָג, אַז מע שרײַבט מיטן קאָמפּיוטער און מיט דער צעלקע, ניצט מען געװײטלעך טעקסטלעך מיט סימבאָלן, װאָס יעדער אײנער איבער דער װעלט קען פֿאַרשטײן.
אָט די סימבאָלן רופֿט מען „אימאָדזשיס“. מיט צענדליקער יאָרן צוריק האָט אַ געוויסער מענטש געגלויבט אַז סימבאָלן וואָלטן געקענט באַפֿרײַען מענטשן פֿון פּראָפּעגאַנדע און שלעכטס און דערבײַ ראַטעווען די װעלט פֿון קריג און אומגליק. האָט ער געשאַפֿן אַ שריפֿטסיסטעם, וווּ די סימבאָלן זענען נישט פֿון בלויז פּנימער און אַנדערע בילדער, אָבער ממש אַ גאַנצע שפּראַך.
דער גרינדער פֿון דער שריפֿטסיסטעם, קאַרל קצפּיאל בליץ, איז געבוירן געװאָרן אין 1897 אין דער גאַליציאַנער שטאָט טשערנאָװיץ, אַ ייִד פֿון אַן אָרעמער משפּחה. שפּעטער האָט ער שטודירט אין װין אויף כעמיש־אינזשעניר. אין יענער תּקופֿה האָט די באַפֿעלקערונג אין טשערנאָװיץ גערעדט ייִדיש, דײַטשיש, רומעניש און אוקראַיִניש. װען בליץ האָט געזען װי שפּראַך האָט אײַנגעריסן זײַן שטאָט בשעת דעם אויפֿגאַנג פֿון נאַציאָנאַליזם, האָט ער אָנגעהויבן צו טראַכטן װי צונויפֿצופֿלעכטן פֿעלקער און ברענגען שלום צווישן זיי.
בליץ, אַזוי װי דער ייִדישער עספּעראַנטאָ־שאַפֿער לײזער זאַמענהאָף, האָט געװוינט אין אַ צײַט און אָרט װוּ שפּראַך האָט געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין קאָנפֿליקטן ווי אַ סימן־מובֿהק פֿונעם נאַציאָנאַליזם. אָבער, להיפּוך צו זאַמענהאָף, וואָס האָט אויסגעטראַכט אַ שפּראַך צו פֿאַראײניקן די װעלט, האָט בליץ אויך געװאָלט אויסרייניקן שפּראַך פֿון אַזעלכע עלעמענטן װאָס קענען אויסגעניצט ווערן אויף געפֿערלעכער פּראָפּאַגאַנדע און פֿירן די מאַסן צו בלוט־פֿאַרגיסונג. ס׳איז נישט גענוג וואָס אַלע רעדן די זעלבע שפּראַך, אויב מע קריגט זיך ווײַטער.
דער חילוק צווישן זאַמענהאָפֿס און בליצעס צוגאַנגען שטאַמען מסתּמא פֿון דעם װאָס זאַמענהאָף איז געשטאָרבן פֿאַרן חורבן, און בליץ האָט געליטן אין דאַכאַו און בוכענװאַלד. אין לאַגער האָט בליץ געהערט ווי מע שפּילט אויף די הילכערס רעקאָרדירונגען פֿון היטלערס און הימלערס שטורמישע רעדעס. ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז די נאַציס האָבן פֿאַרקרימט װערטער און זאַצן פֿון די אָריגינעלע באַטײַטן, ווי למשל אינעם לאָזונג „דײַטשלאַנד איבער אַלץ“. דער לאָזונג איז צו ערשט געניצט געװאָרן ווי אַ רוף צו פֿאַראייניקן די קליינע דײַטשיש־רעדנדיקע קעניגרײַכן, אָן שום טעם פֿון װעלט־שליטה.
נאָך אַ בײַשפּיל פֿון פֿאַרקרימטע װערטער: „די ענדגילטיקע לײזונג צו דער ייִדישער פֿראַגע“ איז אַ לשון־נקיה פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן, װאָס די נאַציס האָבן געניצט פֿאָרצושטעלן זייערע שוידערלעכע פּלענער װי לאָגישע, אומשולדיקע סטראַטעגיעס צו פֿאַרבעסערן דעם דײַטישישן מצבֿ.
בליץ האָט געהאַט מזל. זײַן ווײַב, קלער, איז געווען אַ דײַטשישע, װאָס האָט באַוויזן איבערצוצײַגן דעם געסטאַפּאָ אים צו באַפֿרײַען. צו ערשט האָט ער זיך איבערגעקליבן קיין לאָנדאָן און געביטן זײַן נאָמען צו טשאַרלס בליס. שפּעטער האָט ער זיך איבערגעצויגן מיט קלער אין האָנגקיו געטאָ אין שאַנכײַ, כינע. דעמאָלט איז ער אינספּירירט געװאָרן פֿון די כינעזישע אותיות װאָס באַשטייען פֿון בילדער. זיי זענען פֿאַרשטענדלעך צו אַלע כינעזער, מאַכט נישט אויס צי זיי רעדן מאַנדאַרין, צי קאַנטאָנעזיש אָדער אַן אַנדער כינעזישע שפּראַך.
ער האָט געמיינט אַז מיט אידעאָגראַמעס, ד״ה בילדער־שריפֿט, קען מען שאַפֿן אַ געשריבענע שפּראַך װאָס מע קען ניצן אַפֿילו װען מע רעדט פֿאַרשיידענע לשונות, פּונקט װי דער כינעזעשער שריפֿט. דער ציל פֿונעם שריפֿט איז אָבער געווען זיך אויסצולערנען די שפּראַך גרינגער אין פֿאַרגלײַך מיטן כינעזישן. עס באַשטייט פֿון פּשוטע שטריכן, קרײַזעלעך, הערצעלעך, נישט װײַט אין אויסזען פֿון אימאָדזשיס — אָבער אַזוי װי דער כינעזישער, בויט מען װערטער פֿון אָט די סימנים.
אין בליסעס שפּראַך, װאָס הייסט „בליס־סימבאָליקס“ (בליס־סימבאָלן), מוז מען אָנװײַזן אויב אַ װאָרט איז קאָנקרעט אָדער אַן עמאָציע אָדער אַ מחשבֿה. בליס האָט געשריבן
אַז װען היטלער האָט געזאָגט אַז טשעכאָסלאָװאַקײַ איז אַ סכּנה פֿאַר דײַטשלאַנד, איז דאָס טאַקע געװען אמת, אָבער אין בליסעס שפּראַך ווערט „סכּנה“ געשריבן מיט אַ סימבאָל װאָס װײַזט אָן עמאָציע (אַ הערצעלע), און איז דערפֿאַר קלאָר אַז דאָס איז בלויז אַ מיינונג, נישט קיין פֿאַקט.
אַזוי האָט ער „אינזשענירט“ אַ מעטאָד צו פֿאַרמײַדן מענטשן פֿון פֿאַרקרימען װערטער פֿאַר אַ פּראָפּאַגאַנדישן באַניץ.
נאָך זעקס יאָר אין כינע האָט בליס זיך איבערגעקליבן קיין אויסטראַליע, װוּ ער האָט פּובליקירט זײַן בוך פֿון בערך טויזנט זײַטן, „סימאַנאָטאָגראַפֿי“ אין 1949. ער האָט געװידמעט זײַן לײַב און לעבן דעם אָנשרײַבן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ווערק, מיט זײַן אייגענעם געלט.
ער האָט אָבער נישט געהאַט קיין דערפֿאָלג ביז 1971, װען ער איז געװױר געװאָרן אַז אַ קאַנאַדער לערערין האָט אויסגעניצט „סימאַנאָטאָגראַפֿי“ אין איר אַרבעט מיט קינדער וואָס לײַדן פֿון צערעבראַלן פּאַראַליז. שערלי מאַקנאַוטנס סטודענטן האָבן „גערעדט“ דורכן טײַטלען מיטן פֿינגער אויף די סימבאָלן װעלכע זענען געשריבן אויפֿן טאָװל.
צו ערשט איז בליס געװען צופֿרידן מיט דעם װאָס זײַן שפּראַך איז געװען אַזאַ הילף אין קאַנאַדע, און מיט דער צײַט, איבער דער גאָרער װעלט. אָבער שפּעטער איז ער געװאָרן טיף אַנטוישט. די לערערס און די טאַטע־מאַמעס האָבן געװאָלט אַז די שפּראַך זאָל זײַן נאָר אַ מיטל צו העלפֿן די קינדער רעדן אַ נאָרמאַלע שפּראַך. אין דעם זין האָבן די לערערס געביטן די שפּראַך לויט די היגע באַדאַרפֿינישן. דאָס האָט פֿאַרװאַנדלט בליס־סימבאָליקס אין אַ נישט־אוניװערסאַלער שפּראַך, קעגן אַלץ װאָס בליס האָט געװאָלט.
בליס האָט מאַקנאַוטן געשטעלט צום געריכט איבער דעם באַניץ פֿון בליס־סימבאָליקס, און מאַקנאַוטן האָט געדאַרפֿט באַצאָלן צו בליסן אַ גרויסער סכום פֿאַרן רעכט צו ניצן די שפּראַך.
בליס איז געשטאָרבן אין 1985, אַ מיטגליד פֿונעם אָרדן פֿון אויסטראַליע. בליס־סימבאָליקס ווערט עד־היום געניצט מיט קינדער וואָס לײַדן פֿון צערעבראַלן פּאַראַליז און אַ קלײנע צאָל פֿאַראינטערעסירטע פֿאָרשערס. אָבער זײַן חלום צו העלפֿן מענטשן פֿאַרמײַדן פּראָפּאַגאַנדע, און דערמיט מלחמה, איז כּמעט פֿאַרגעסן געװאָרן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO