Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אויף ייִדיש: טערמינאָלאָגיע און אידעאָלאָגיעScientific literature in Yiddish: Terminology and ideology

שלמה גראָמאַנס דיסערטאַציע רופֿט אַרויס די פֿראַגע, צי מעג מען אויף ייִדיש שאַפֿן נײַע טערמינען אויפֿן סמך פֿון דײַטשישע און סאָוועטישע קוואַלן?

דער ישׂראלדיקער ייִדיש־פֿאָרשער און שפּראַך־אַקטיוויסט שלמה גראָמאַן האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אויף דער טעמע „וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אויף ייִדיש: טערמינאָלאָגיע און אידעאָלאָגיע‟. די דיסערטאַציע, אָנגעשריבן אויף העברעיִש, איז צוטריטלעך אויף גראָמאַנס פּערזענלעכער וועבזײַט. זײַן פֿאָרשונג איז גאָר וויכטיק פֿאַר די הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, וועלכע מוזן צומאָל אויסטראַכטן אייגענע וויסנשאַפֿטלעכע טערמינען, און זענען לאַוו־דקווא מסכּים מיט באַקאַנטע פּרוּוון זיי צו סטאַנדאַרטיזירן.

לאָמיר נעמען, למשל, מרדכי שעכטערס „די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש‟ (2005) – אַ מאָנומענטאַל ווערק אויף 500 זײַטלעך, וווּ מע קאָן געפֿינען ייִדישע נעמען פֿון הונדערטער פֿאַרשיידענע געוויקסן. נישט געקוקט אויף אַ סך מעלות, האָט דאָס דאָזיקע ווערטערבוך אַ געוויסן חסרון: די נטיה אָפּצוגעבן די בחורה צו פֿאַרשיידענע פֿאָלקס־נעמען אַנשטאָט אַזעלכע, וואָס טרעפֿן זיך שוין אין דער סאָוועטישער צי מערבֿדיקער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר שטאַמען דירעקט פֿון דײַטש, רוסיש צי ענגליש. באַקאַנטע ווילדע בלומען, וואָס הייסן אויף ענגליש Mayweed אָדער Chamomile און בײַ אַ סך ייִדישע מחברים ראָמאַשקע, הייסן בײַ שעכטערן נאָר ראָמיאַנעק, בהסכּם מיטן פּוילישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. פֿעדערגראָז (fern) איז בײַ אים „פֿעדערבלאַט‟; דעם ליטוואַקישן פֿאָלקס־סינאָנים „פּאַפּאָרט‟ דערמאָנט ער נישט.

קיין טויזנטער ייִדישע שרײַבער מיט מיליאָנען לייענער, וואָס זאָלן זיך אָפּשטעלן אויף איין באָטאַנישן, אַסטראָנאָמישן צי מאַטעמאַטישן טערמין, האָבן מיר הײַנט, צום באַדויערן, נישט, און קיין ווערטערביכער וועלן די הײַנטיקע ייִדישיסטן ניט באַפֿרידיקן אָן קריטיק, שוין אָפּגערעדט פֿון די חסידים, וואָס באַציִען זיך צום וועלטלעכן ייִדיש בכלל מיט אַ גרויסן חשד. דערפֿאַר מוז מען זיך גוט באַקענען מיט די שפּראַך־סטראַטעגיעס פֿון די אַמאָליקע ייִדישע לינגוויסטן און פּרוּוון נאָכצופֿאָלגן זייער טראַדיציע אָן קיין איינזײַטיקער נטיה צום ליטווישן צי בוקאָווינער ייִדיש. וועגן דעם איז, בעצם, גראָמאַנס דאָקטאָראַט.

מיר פּערזענלעך איז די דאָזיקע טעמע גאַנץ רעלעוואַנט, ווײַל איך שרײַב אָפֿט אַרטיקלען אויף ייִדיש וועגן וויסנשאַפֿט. אין זײַן פֿאָרשונגען ברענגט גראָמאַן לאַנגע אויסצוגן פֿון זיי. גראָמאַן באַהאַנדלט די לינגוויסטישע און אידעאָלאָגישע פּראָבלעמאַטיק פֿונעם דאָזיקן ענין: למשל, צי מעגן מיר הײַנט נאָכמאַכן דײַטשישע טערמינען, אָדער זיך פֿון זיי סיסטעמאַטיש דערווײַטערן? צי טויג די סאָוועטישע טערמינאָלאָגיע פֿאַרן הײַנטיקן אַמעריקאַנער עולם?

ווען איז אויף ייִדיש בכלל אויפֿגעקומען די וויסנשאַפֿטלעכע טערמינאָלאָגיע? אינעם היסטאָרישן טייל פֿונעם דאָקטאָראַט ווערן דערמאָנט אַלט־ייִדישע מעדיצינישע טעקסטן פֿונעם 14טן–16טן יאָרהונדערט. איך וואָלט צוגעגעבן, אַז רש”י האָט דערקלערט נאָך אינעם 11טן יאָרהונדערט, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע חיות, מינעראַלן און אינסטרומענטן ווערן אָנגערופֿן בלשון־אַשכּנז. אַ וויכטיקער בײַשפּיל איז דער ספֿר „דרך עץ־החיים‟, וואָס אַ פּוילישער ייִד (זײַן נאָמען איז אונדז אומבאַקאַנט) האָט אַרויסגעגעבן אין 1613. ווי עס האָט אָנגעוויזן פּראָפֿ׳ עוואַ געלער ז״ל, אַ באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשערין, איז די שפּראַך דאָרט גענוג נאָענט צום הײַנטיקן פּוילישן ייִדיש און זײַן טערמינאָלאָגיע איז דאָך אַלץ באַלערנדיק.

צו ווייניק, לויט מײַן מיינונג, און צומאָל גרײַזיק, ווערט אין דער דיסערטאַציע דערציילט וועגן דער הײַנטיקער חסידישער פּרעסע, וווּ עס טרעפֿן זיך אויך גענוג אָפֿט אַרטיקלען אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס. גראָמאַן שרײַבט על־פּי טעות, אַז דער חסידישער זשורנאַל „מעלות‟ האָט זיך באַוויזן אין 2018; אין דער אמתן, גייט ער אַרויס יעדן חודש אין מאָנסי זינט די 1990ער יאָרן.

גאָר אינטערעסאַנט זענען אין גראָמאַנס פֿאָרשונג אַ פּאָר בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, ווי אַזוי מע פֿלעגט רעדאַקטירן וויסנשאַפֿטלעכע טעקסטן אויף ייִדיש אין די סאָוועטישע 1930ער יאָרן. אַחוץ שרײַבן, מוזן דאָך די הײַנטיקע רעדאַקטאָרן אויך קענען רעדאַקטירן די מאַטעריאַלן און שפּירן די איבעריקע השפּעה פֿון רוסיש, ענגליש צי אַן אַנדער לשון.

שלמה גראָמאַן, אַ געבוירענער אין מאָסקווע, איז אַ ליבהאָבער פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, דיאַלעקטן און שפּראַכלעכע פּראָבלעמען. אויף זײַן פּערזענלעכער רוסיש־שפּראַכיקער וועבזײַט, וואָס הייסט languages-study.com, ווערן באַטראַכט הונדערטער לשונות אַרום דער וועלט. בײַם שליסן דעם דאָקטאָראַט פֿאַרגלײַכט ער זייער בקיצורדיק די אַנטוויקלונג פֿון וויסנשאַפֿטלעכער טערמינאָלאָגיע אין לאַדינאָ, ייִדיש־בוכאַריש, באַרג־ייִדיש (דזשוהורי, דאָס לשון פֿון קאַווקאַזישע ייִד) און קאַטאַלאַניש. איך וואָלט דעם מצבֿ גיכער פֿאַרגליבן מיט אַזעלכע לשונות, ווי איריש (אירלענדיש געליש), באַסקיש און נאַוואַהאָ. אין אַלע דרײַ פֿאַלן, אַזוי ווי אויף ייִדיש, זענען פֿאַראַן עטלעכע הונדערט טויזנטער אַקטיווע רעדער פֿון פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַקטועלע שפּראַך־פּראָבלעמען. אויף קאַטאַלאַניש רעדט אַ ממשותדיק גרעסערער עולם, ביז 10 מיליאָן מענטשן.

פֿון דעסט וועגן, איז כּדאַי, אַוודאי, צו פֿאַרגלײַכן די הײַנטיקע סיטואַציע אין ייִדיש מיט כּלערליי אַנדערע שפּראַכן, קליינע און רעלאַטיוו גרויסע, וואָס זענען אין ערגעץ נישט אָפֿיציעל אָנערקענט אָדער געפֿינען זיך אין אַ באַדראָטן מצבֿ. אַ טייל פֿון זיי שטרעבן אויסצומײַדן אין גאַנצן וועלכע־ניט־איז השפּעות פֿון דאָמינירנדיקע וועלט־שפּראַכן און פּרוּוון אויסאַרבעטן נײַע טערמינען, ניט באָרגנדיק זיי דירעקט פֿון וועלכע־ניט־איז אַנדערע לשונות.

דאָס איז אויך אַ וויכטיקע סטראַטעגיע, הגם יעדער שרײַבער מוזן זיך רעכענען מיטן ברייטן עולם און פּרוּוון צוטראַכטן פֿאַרשטענדלעכע און נאַטירלעך־קלינגענדיקע ווערטער־חידושים. צום בײַשפּיל, איז לייב באָטוויניקס פֿאָרלייג־נעאָלאָגיזם „שׂכל־אַפּאַראַט‟ (AI, דערמאָנט אין גראָמאַנס פֿאָרשונג) אַ געראָטענער, צי נישט? דאָס קאָמפּיוטערײַ־געביט אַנטוויקלט זיך איצט גאַנץ גיך, נייטיקט מען זיך טאַקע אין נײַער טערמינאָלאָגיע און ממילא אין קריטיש־טעאָרעטישע פֿאָרשונגען פֿון איר מעגלעכער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.