Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַע רובריק פֿון קינדער־ליטעראַטור אינעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד“A new column on children’s literature in the literary magazine, ‘Yiddishland’

אַחוץ לידער און פּראָזע, געפֿינט זיך אינעם נײַעם נומער אַן אַרטיקל וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און העברעיִש אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד

ס’איז לעצטנס דערשינען דער 23סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק „ייִדישלאַנד“.

אין דעם נומער האָט זיך באַוויזן אַ נײַע רובריק פֿון קינדער־ליטעראַטור — „פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער“. די רעדאַקציע זאָגט צו אינעם פֿאָרוואָרט צום נומער, אַז די רובריק וועט זײַן פֿון איצט אָן אַ באַשטענדיקע, אַזוי ווי די ביז־איצטיקע רובריקן „אַ נײַ זינגליד“, „נײַע ביכער“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן נומער“.

דער קאָלום איז טאַקע געצילעוועט אויף הײַנטיקע קינדער. עס נעמט אַרײַן לידער פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום און באָריס קאַרלאָוו, ווי אויך וועלוול טשערנינס אַ
פֿאַנטאַסטישע מעשׂה וועגן אַווענטורעס אין דער אינטערנעץ. די רעדאַקציע פֿון ייִדישלאַנד פּלאַנירט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין דער רובריק ווערק פֿאַר קינדער און דערוואַקסלינגען אין סאַמע פֿאַרשיידענע זשאַנערן — דערבײַ ניט בלויז נײַע, נאָר אויך אַלטע און לאַנג פֿאַרגעסענע.

מע קען דאָ לייענען לידער פֿון דער יונגער בערלינער דיכטערין קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, מאַרעק טושעוויצקי (קראָקע), דוד־עומר כּהן (אַמסטערדאַם), וועלוול טשערנין (כּפֿר־אלדד, ישׂראל) און באָריס קאַרלאָוו (ירושלים און בלומינגטאָן, אינדיאַנע). אין יוליע קויפֿמאַנס ייִדישער איבערזעצונג האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ליד פֿון דער באַרימטער פּוילישער דיכטערין וויסלאַוואַ שימבאָרסקאַ „עטלעכע האָבן ליבן פּאָעזיע“.

וואָס שייך דער קינסטלערישער פּראָזע, וועלן די לייענער געפֿינען אין דעם נומער אַ גרעסערע דערציילונג פֿון קלאַראַ־בעל (פֿש״אַ), אַ קאַפּיטל פֿונעם נײַעם ראָמאַן „טיק-טאַק“ פֿון מיכאל פֿעלזעבאַום (ראַמלע, ישׂראל) און אַ קורצע דערציילונג פֿון יהושע כּהנא (סאַן־דיעגאָ). דער זשורנאַל דרוקט ווײַטער אָפּ זײַטן פֿונעם פּאַרטיזאַנער טאָגבוך פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן פּראָזאַיִקער הירש דאָבין (1905 – 2001), וואָס ער האָט געפֿירט אין די ווײַסרוסישע וועלדער אין 1943.

זאבֿ חנין, אַ סאָציאָלאָג פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיטן פּאָסט־סאָוועטישן ייִדנטום, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם נומער אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און העברעיִש אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד 30 יאָר נאָך זײַן צוזאַמענפֿאַל.

מע קען אויך לייענען אַ רעצענזיע פֿון דער קיִעווער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַנאַ באַכטינאַ געווידמעט דער אַנטאָלאָגיע פֿון דער בוקאָווינער דײַטשיש־ייִדישער דיכטונג „צעריסן זײַנען סטרונעס פֿון דער קלינגעוודיקער לירע“, וועלכע איז דערשינען פֿאַראַיאָרן אין פּעטראָ ריכלאָס אוקראַיִנישער איבערזעצונג אינעם קיִעווער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“. ריכלאָ, וועלכער זעצט אויך איבער פֿון ייִדיש אויף אוקראַיִניש (למשל, לידער פֿונעם בוקאָווינער איציק מאַנגער), האָט באַגלייט די אַנטאָלאָגיע מיט אַן אויספֿירלעכער הקדמה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.