Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װאָס פֿאַר אַ מין ביכער האָבן ייִדן געלײענט אין דער רוסישער אימפּעריע?What kinds of books did Jews read in the Russian Empire?

נתן כּהן באַשרײַבט די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון ייִדיש פֿון אַ בעל־פּהיִקן „זשאַרגאָן“ אין אַ פֿולשטענדיקער ליטעראַרישער שפּראַך

אַ האַלבער יאָרהונדערט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז אין מזרח־אײראָפּע און אַמעריקע געװען די בלי־צײַט פֿון ייִדיש. די היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור באַטאָנען כּסדר די ראָלע פֿון די דרײַ קלאַסיקער, מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און יצחק לײבוש פּרץ אינעם דאָזיקן פּראָצעס. 

אָבער װי שטאַרק איז טאַקע געװען די השפּעה פֿון זײערע װערק אױף די מאַסן ייִדיש־לײענער? װאָס האָט מען געלײענט אױף ייִדיש און װוּ האָט מען געקראָגן דעם לײען־שטאָף? װי אַזױ האָט ייִדיש געקענט קאָנקורירן מיט אַנדערע שפּראַכן, קודם־כּל העברעיִש, רוסיש און פּױליש?  

די דאָזיקע ענינים װערן באַהאַנדלט אינעם נײַעם בוך פֿון נתן כּהן פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט. זײַן גרונדיקע פֿאָרשונג איז לכתּחילה אַרױס אױף העברעיִש אונטערן טיטל „יידיש בסימן קריאה: מלשון דיבור לשפת תרבות“ און איז איצט  צוטריטלעך אויף ענגליש מיט אַן אַנדער טיטל: „ייִדיש איבערגעשטאַלטיקט: לײענערישע געװױנשאַפֿטן אין דער רוסישער אימפּעריע, 1860־1914“.

װען מען קוקט דורך דעם װיסנשאַפֿטלעכן אַפּאַראַט פֿונעם דאָזיקן בוך, די הונדערטער פֿוסנאָטעס און פּערזענלעכע נעמען אינעם אינדעקס, װערט מען דערשטױנט ניט נאָר פֿון דער טיפֿקײט פֿונעם מחברס בקיאות, נאָר אױך פֿון דער רײַכקײט און פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון דער ליטעראַרישער פּראָדוקציע, װאָס איז אַרױס אױף ייִדיש אין משך פֿון די 54 יאָר צװישן דעם אָנהײב פֿון דער ליבעראַלער תּקופֿה אונטערן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן און דעם אױסברוך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. 

די זאַמלונג נעמט אַרײַן אַ ברייטע גאַמע: אָריגינעלע און איבערגעזעצטע בעלעטריסטיק; פּאָפּולערע װיסנשאַפֿט; װערטערביכער און לערנביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן; עצה־ביכער פֿאַר אױסלערנען זיך מלאָכות און געשעפֿטן, און אומלעגאַלע סאָציאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע.

Photo by Berghahn Books

כּהן פֿאָרשט דעם טראַנספֿאָרמאַציע־פּראָצעס פֿון ייִדיש פֿון אַ בעל־פּהיִקן „זשאַרגאָן“ אין אַ פֿולשטענדיקער ליטעראַרישער שפּראַך מיט אַ רײַכער ליטעראַטור פֿון פֿאַרשײדענע זשאַנערס און סטילן. אײנצײַטיק האָט ייִדיש געדאַרפֿט אױסהאַלטן אַ שטאַרקע קאָנקורענץ מצד צװײ ריװאַלן — העברעיִש און רוסיש (און אין קרױן־פּױלן — פּויליש). ייִדיש האָט געהאַט אַ קנאַפּן פּרעסטיזש אין די אױגן פֿונעם שטאָטישן מיטלשטאַנד און ניט באַקומען קײן שטיצה מצד מלוכישע אַנשטאַלטן אָדער ייִדישע מנדבֿים. ייִדישע ביכלעך זײַנען געװען פּאָפּולער בײַ עמך, און דאָס האָט געגעבן אַ באַשײדענע פּרנסה די פֿאַרלעגער. 

גאַנץ װיכטיק איז געװען די ראָלע פֿון ייִדיש אין פֿאַרשפּרײטן די סאָציאַליסטישע אידעאָלאָגיע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד און אַנדערע לינק־געשטימטע פּאַרטײען, בתוכם פּועל־ציון. לכתּחילה, באַמערקט כּהן, האָבן די סאָציאַליסטישע פֿירער, װאָס זײַנען אַלײן געװען אױסגעהאָדעװעטע אױף רוסיש אָדער פּױליש, ניט משׂיג געװען דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש פֿאַר זײער פּאָליטישער אַרבעט. ערשט נאָך 1900 איז ייִדיש בהדרגה געװאָרן דאָס שפּראַכלעכע מיטל פֿאַר פֿאַרשפּרײטן סאָציאַליסטישע אידעען. 

אַ װיכטיקע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן פּראָצעס געשפּילט ביבליאָטעקן. אײניקע זײַנען געװען גאָר קלײן, אַ פּריװאַטע זאַמלונג פֿון צענדליקער ביכער, װאָס מען האָט אױסגעלײענט פֿאַר אַ פּאָר קאָפּעקעס. אַנדערע זײַנען געװען עפֿנטלעכע אינסטיטוציעס, װי למשל די אָדעסער ביבליאָטעק פֿון דער „געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישע פֿאַרקױפֿער“, אײנע פֿון די עלטסטע און גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעקן.

כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן די ראָלע פֿון לײענען אינעם אױספֿורעמען דעם נײַעם דור ייִדישער אינטעליגענץ אַנאַליזירט כּהן צענדליקער אױטאָביאָגראַפֿישע חיבורים פֿון ייִדישע מענער און פֿרױען. פֿון די יונגע יאָרן האָט מען געװײנטלעך געלײענט ביכער אױף צװײ אָדער דרײַ לשונות. מענער האָבן כּסדר געלײענט אױף העברעיִש און ייִדיש, פֿרױען אױף רוסיש אָדער פּױליש און אױך ייִדיש. 

אָפֿט מאָל האָט מען ניט אױפֿגענומען ייִדיש װי אַן „עכטע“ ליטעראַרישע שפּראַך, אָבער די ביטולדיקע באַציִונג צו ייִדיש האָט זיך בהדרגה געענדערט אין די 1900ער יאָרן מיטן אױפֿקום פֿונעם מאָדערניזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער קיִעװער „קונסט־פֿאַרלאַג“, װאָס נחמן מײַזיל האָט געשאַפֿן אין 1909, האָט געהאַט שטרענגע עסטעטישע קריטעריעס פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס. מײַזילס צװײטער ציל איז געװען צו דרוקן ביכער פֿאַר קינדער אין הסכּם מיטן ייִדישיסטישן פּראָגראַם פֿון דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ, כּדי צו שאַפֿן אַ מאָדערנעם קולטורעלן יסוד פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש.

דער אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור אױף ייִדיש אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון דער רוסישער אימפּעריע איז געװען אַן אױפֿטו פֿון פֿאַרשײדענע יחידים, גרופּעס און באַװעגונגען, װאָס האָבן געהאַט פֿאַרשײדענע צילן און כּװנות, פֿאַרסך־הכּלט כּהן. אײניקע ליטעראַטן האָבן געװאָלט ברענגען ייִדיש צו דעם ניװאָ פֿון דער װעלט־ליטעראַטור, כּדי צו העכערן זײַן פּרעסטיזש אין די אױגן פֿון דער מאָדערנער שטאָטישער אינטעליגענץ. אַנדערע האָבן געפּלאָדיעט פאַרכאַפּנדיקע ראָמאַנען, אָפֿט מאָל אױפֿן סמך פֿון אײראָפּעיִשער מאַסן־ליטעראַטור, כּדי צו מאַכן געלט. און אַנדערע האָבן גענוצט ייִדיש פֿאַר פּראַקטישע צװעקן, כּדי צו פֿאַרשפּרײטן ניצלעכע קענטענישן אָדער פּאָליטישע פּראָפּאַגאַנדע. אַזױ אַרום האָט די ייִדישע ליטעראַרישע פּראָדוקציע געדינט גאָר פֿאַרשײדענע אינטערעסן און באַטראָפֿן אַ פֿאַרבינדונג־מיטל צװישן פֿאַרשײדענע שיכטן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. 

די יאָרן פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה זײַנען געװען די צײַט פֿון דער שטורעמישער עקאָנאָמישער און אינדוסטריעלער אַנטװיקלונג אין אײראָפּע און אַמעריקע, װאָס האָט שטאַרק באַװירקט די רוסישע ייִדן. כװאַליעס פֿון אימיגראַציע האָבן אַראָפּגעבראַכט הונדערטער טױזנטער ייִדן מעבֿר־לים קײן אַמעריקע, װאָס איז אין גיכן געװאָרן אַ נײַער צענטער פֿון ייִדיש. אַזױ אַרום איז ייִדיש געװאָרן אַ װעלטשפּראַך, װאָס האָט פֿאַרבונדן יחידים, משפּחות און קהילות איבער לענדער און קאָנטינענטן. 

כּהן ענדיקט זײַן שטודיע אױף אַ באַשײדענער נאָטע: „אין מײַן בוך האָב איך געפּרוּװט אױסצופֿילן געװיסע בלױזן װעגן דער ייִדישער קולטור אין מזרח־אײראָפּע אינעם נײַנצנטן און צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.“ דאָס איז אַװדאי אַ היפּשע פֿאַרמינערונג פֿון זײַן אױפֿטו. זײַן בוך איז ענציקלאָפּעדיש אין פֿאַרנעם, גרונטיק אין פֿאָרשונג און טיפֿזיניק אין קאָנצעפּציע. דאָס איז אַ מוסטערװערק, װאָס מאָלט אױס אַ פּרטימדיק און אַרומנעמיק בילד פֿון דער װיכטיקסטער תּקופֿה אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. עס װעט פֿאַרבלײַבן אױף יאָרן אַ מוז־לעקטור פֿאַר אַלע פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.