Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בײַ באָבע־זיידע האָט דאָס קולטיווירן אַ גאָרטן באַטײַט די אמתע אַמעריקאַניזירונגFor my grandparents, gardening meant they had become true Americans

אַרום זייער שטוב אין לאָנג־אײַלאַנד האָבן זיי פֿאַרפֿלאַנצט הונדערטער געװיקסן מיט די אײגענע הענט.

װי יונגע לײַט אין װײַסרוסלאַנד, האָבן מײַנע זײדע־באָבע זעלטן געהאַט אַ געלעגנהײט הנאה צו האָבן פֿון דער נאַטור. די באָבע איז אױפֿגעװאַקסן אין װיטעבסק (דאָס זעלבע שטעטל ווי דער מאָלער מאַרק שאַגאַל, וואָס איז געווען אירס אַ שוועסטערקינד)  און דער זיידע — אין מאָלעװ. די משפּחות זײַנען געװען אָרעם, אַזוי אַז קולטיווירן אַ גאָרטן איז ניט געװען קײן פּריאָריטעט.

אָבער אין די עלטערע יאָרן האָבן זײ געװױנט אין לאָנג־אײַלאַנד, אַרומגערינגלט מיט הונדערטער געװיקסן און בלומען, װאָס זײ האָבן פֿאַרפֿלאַנצט מיט די אײגענע הענט. אין אַמעריקע האָט זיך זײער לעבן ממש צעבליט.

ס’איז אַ ביסל איראָניש וואָס בעת די זײדע־באָבע האָבן זיך „אױסגעגרינט“ — געװאָרן אַמעריקאַנער, און מער ניט קײן „גרינע“ אימיגראַנטן — איז זײער פֿיזישע סבֿיבֿה געװאָרן אַלץ גרינער. לױט זײער טאָכטער — מײַן מאַמע, העלען — זײַנען געװיקסן, בלומען און גערטנער געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון זײער אַמעריקאַניזירונג.

די באָבע פֿײגל איז אָנגעקומען אין ניו־יאָרק אין 1913 צו 17 יאָר. דער זײדע ⁠ישׂראל איז אָנגעקומען אין 1916 צו 23 יאָר. ווי אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זײ געאַרבעט אין דער באַקלײד־אינדוסטריע. זײ האָבן זיך באַקענט צוליב דעם אַקטיװיזם אין די באַקלײד־פּראָפֿפֿאַראײנען, און חתונה געהאַט אין 1919.

פֿײגל האָט נאָך דער חתונה מער ניט געאַרבעט, אָבער זי האָט זיך געזאָרגט װעגן ישׂראלס לאַנגע שעהען בײַ אַ נײמאַשין אין אַ פֿאַבריק אָן צוטריט צו פֿרישער לופֿט. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געדונגען אַ קלײנטשיקע דירה אין דער אָנגעפּאַקטער איסט־⁠סײַד. בשעת די דאָזיקע האַרבע יאָרן, האָבן זײ געהאַט װײניק מעגלעכקײטן צו געניסן פֿון גרינע ערטער — חוץ אַ צומאָליקן זונטיק־נאָכמיטאָג אין אַ שטאָטישן פּאַרק.

די באָבע פֿייגל מיט דער מחברטע בײַ זייער שטוב אין קאַרל פּלײס, לאָנג־אײַלאַנד, בערך 1971 Courtesy of Jennifer A. Stern

אין די 1920ער יאָרן האָבן פֿײגל און ⁠ישׂראל געװױנט אױף אַ קורצער צײַט אין אַ קלײן הױז אין ניו־דזשערזי, װוּ ⁠ער איז געװאָרן אַ שותּף אין אַ באַשײדן שוסטער־געשעפֿט. דאָס הױז האָט אויך געהאַט אַ גערטנדל. דאָרטן האָט זיך אָנגעהױבן דעם פּאָרפֿאָלקס פֿאַרכאַפּטקײט מיט געװיקסן און בלומען. אָבער צוליב דעם בערזעקראַך פֿון 1929 האָבן זיי, צום באַדויערן, פֿאַרלױרן דאָס געשעפֿט און דאָס הױז מיטן גאָרטן, און האָבן זיך צוריקגעקערט קײן מאַנהעטן. אַרום 1939 האָבן זײ זיך באַזעצט מיט דרײַ קינדער אין אַן ענגער דירה אױפֿן ראָג פֿון טערד סטריט און עװעניו בי, אױף דער איסט־⁠סײַד. מײַן מאַמע, דאָס פֿערטע קינד, איז געבױרן געװאָרן אין 1940.

די משפּחה איז געװען צו גרױס פֿאַר אַזאַ פּיצינקער דירה, און אַװדאי איז דאָס האָבן אַ גאָרטן געװען בלױז אַ חלום. וואָס האָבן זיי אָבער יאָ געהאַט? בײַ יעדן אין צימער זענען געשטאַנען טעפּ און ביטן מיט בלומען און געװיקסן. יעדער פֿענצטער איז געווען באַפּוצט מיט בלומען־קעסטלעך. דערפֿאַר איז די דירה אין אַלע סעזאָנען געװען פֿול מיט די פֿאַרבן און דעם ריח־⁠ניחוח פֿון בלומען.

די באָבע פֿייגל אין איר גאָרטן, בערך 1957 Courtesy of Jennifer A. Stern

װען מײַן מאַמע איז געװען אַ תּלמידה אין עלעמענטאַר־⁠שול אין די 1940ער יאָרן, האָבן די קינדער באַקומען פֿון דער שול העל־געלע קערעלעך־קאַטאַלאָגן וואָס זיי האָבן אַהיימגענומען, טאָמער ווילן טאַטע־מאַמע באַשטעלן קערעלעך צו פֿאַרפֿלאַנצן גרינסן. פֿײגל האָט פֿאַרברענגט לאַנגע שעהען דורכקוקנדיק די קאַטאַלאָגן, און באַשטעלט פֿאַרשידענע מינים קערעלעך. ווען זיי זענען אָנגעקומען אין דער פּאָסט און זי האָט זיי פֿאַרפֿלאַנצט, האָט אַלץ טאַקע געבליט. זי האָט אַפֿילו פֿאַרזעצט דעם שפּיץ פֿון אַן אַנאַנאַס, װאָס איז געװאָרן ריזיק — נאָך גרעסער װי מײַן מאַמע אַליין!

אין 1953 האָט מײַן מאַמעס ברודער (װאָס איז געװען 20 יאָר עלטער װי זי, און אַ געראָטענער אינזשעניר) געקױפֿט אַ הױז פֿאַר טאַטע־מאַמע אין דער נײַער הינטערשטאָט קאַרל פּלײס, לאָנג־אײַלאַנד. האָבן פֿײגל און ישׂראל זיך איבערגעקליבן אַהין מיט די צװײ ייִנגסטע טעכטער. מע האָט דעמאָלט נאָך געהאַלטן אין מיטן אויפֿבױען די הײַזער, האָט דער נײַער געגנט — אין פֿאַרגלײַך מיט דער איסט־⁠סײַד — אױסגעזען װי אַ װילדעניש.

פֿײגל איז געװען אין זיבעטן הימל. זי האָט פֿאַרברענגט שעהען לאַנג אין דרױסן, און אירע טאַלאַנטן האָבן סוף־כּל־סוף זיך צעבליט. זי האָט געהאַט אַן אױסערגעװײנטלעך אױג פֿאַר קאָלירן. ווי מאַרק שאַגאַלס שװעסטערקינד, איז אפֿשר ניט קײן צופֿאַל אַז זי האָט זוכה געװען צו אַזאַ פֿעיִקייט. אין מיטן גאָרטן האָט זי געשאַפֿן אַ גרױסן קרײַז ליליעס און אַנדערע בלומען אין שײנע ביטן, כּמעט װי אַ גראַנדיעזער פּאַרטער ווי מע זעט בײַם „װערסײַ“ אין פֿראַנקרײַך.

באָבע פֿייגל און זיידע ישׂראל אין זייער גאָרטן, בערך 1957 Courtesy of Jennifer A. Stern

⁠ישׂראל איז יעדן טאָג געפֿאָרן צו דער אַרבעט אין דער מאַנהעטענער שיך־פֿאַבריק אָבער בעת די סוף־וואָכן האָט ער זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיטן באַאַרבעטן דעם גאָרטן. די לאָנקע איז געװען זײַן אוצר, צוזאַמען מיט די פּרעכטיקע קריכנדיקע רױזן אױף די פּאַלירן װאָס ער האָט אַלײן אױפֿגעבױט. װען ער איז אַרױס אױף פּענסיע אין 1958, איז דער גאָרטן געװאָרן זײַן הױפּט־טעטיקײט, און ער האָט זיך שטאַרק מחיה געװען דערמיט.

בײַ מײַנע באָבע־זיידע זײַנען געװיקסן, בלומען און גערטנער געװען סימבאָלן פֿון דער פֿרײַהײַט, דעם כּבֿוד און דער אַלײן־⁠באַשטימונג װאָס זײ האָבן געפֿונען אין אַמעריקע — אַזאַ שאַרפֿער קאָנטראַסט צו דעם װאָס זײ האָבן געהאַט אין אײראָפּע. דורך קולטיװירן די ערד האָבן זײ זיך ממש און בדרך־משל אײַנגעװאָרצלט אױף אַ נײַ לאַנד.

ישׂראל איז געשטאָרבן אין 1967 (פֿאַר מײַן געבורט), און פֿײגל — אין 1973, װען איך בין געװען אַ יונג קינד. צום באַדױערן האָב איך און די מאַמע ניט געירשנט זײער טאַלאַנט פֿאַר גערטנערײַ. אָבער איך האָב יאָ ליב צו פֿאָטאָגראַפֿירן בלומען. און אין דער הײם לעבן באָסטאָן האָבן מיר אַ װאַזע װאָס פֿײגל האָט אָפֿט מאָל געניצט פֿאַר בלומען, סײַ אױף דער איסט־⁠סײַד, סײַ אין לאָנג־אײַלאַנד. אפֿשר װעל איך פּרוּװן אַליין צו קולטיװירן אַ געװיקס, און װעל אים אַרײַנשטעלן אין איר װאַזע.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.