Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער נודניק ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ מענטש — און געבילדעט אויךA nudnik turns out to be a nice guy — and well-educated, too

אין קונסטמוזיי האָט ער גערעדט זייער אינטעליגענט וועגן די גרעקישע סטאַטועס און די אימפּרעסיאָניסטישע בילדער.

ס׳האָט צו מיר געקלונגען אַ מאַן פֿון אינדיענאַפּאָליס. בײַם אָנהייב איז געווען זייער אײַנגענעם צו רעדן מיט אים. ער פֿאַרנעמט זיך מיט פּירסום פֿאַר פֿירמעס און אויך גרונט־מיסחר. דורך זײַנע געשעפֿטן באַקענט ער זיך מיט אַ סך אינטערעסאַנטע מענטשן און ער האָט מיך פֿאַרווײַלט מיט זײַנע מעשׂיות.

צוויי וואָכן לאַנג האָט ער מיך געקלונגען יעדן צווייטן טאָג אַרום זיבן אַ זייגער אין אָוונט. דערנאָך האָט ער געוואָלט וויסן ווען איך לייג זיך שלאָפֿן ווײַל ער וויל קלינגען יעדן אָוונט אַ האַלבע שעה פֿריִער, כּדי זײַן קול זאָל זײַן די לעצטע זאַך וואָס איך הער איידער איך שלאָף אײַן. דערנאָך האָט ער געוואָלט וויסן ווען איך וועק זיך אויף. ער האָט געוואָלט זײַן מײַן וועקזייגער. מיט אַ וואָך שפּעטער האָט ער מיך אָנגעהויבן קלינגען אין מיטן טאָג אויך, איך זאָל אים זאָגן וואָס איך פּלאַניר צו עסן אויף מיטאָג. ער איז געווען אַזוי פֿאַרטאָן אין מײַן לעבן, ווען האָט דער מאַן געהאַט צײַט צו אַרבעטן?

כ׳האָב דערפֿילט ווי ער נאָגט דעם זויערשטאָף אַרויס פֿון צימער ווען ער קלינגט. האָב איך אָנגעהויבן אָפּדרייען דאָס קלינגען פֿון טעלעפֿאָן. אַ שטיקל צײַט איז דאָס טאַקע געווען אַ פֿאַרגעניגן. צוליב דעם וואָס איך האָב נישט גערעדט מיט קיינעם אויפֿן טעלעפֿאָן האָב איך אַ סך מער אויפֿגעטאָן. אָבער נאָך עטלעכע טעג איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז מײַנע פֿרײַנד וועלן מיינען אַז איך בין אין אויסלאַנד און מענטשן וואָס זוכן אַן איבערזעצער וועלן קלינגען אַ צווייטן איבערזעצער, און אויב אַזוי קאָסט ער מיר אָפּ געלט.

ווער דאַרף אים האָבן? ער קאַמאַנדירט צו פֿיל איבער מיר. פֿון דער ווײַטנס שפּילט ער זיך מיט מיר ווי איך וואָלט געווען זײַנע אַ מאַריאָנעטקע.

ווען איך האָב נאָך עטלעכע טעג מיט אים ווידער גערעדט האָט ער מיר געזאָגט, אַז ווען איך האָב נישט אויפֿגעהויבן דעם טעלעפֿאָן איז ער געווען אויס מענטש, איבערקלערנדיק פֿון מיר, און ער קען דאָס נישט פֿאַרנעמען. איך האָב זיך שטילערהייט דערפֿרייט און געזאָגט אַז איך בין זייער פֿאַרנומען מיטן ראַמען אויף פּסח.

„אָבער דו האָסט מיר געזאָגט אַז בײַ דיר איז שוין אַלץ פּסחדיק,“ האָט ער געענטפֿערט. ס׳איז אמת געווען. איך האָב זיך געהאַט פֿאַר אים באַרימט אַז איך גרייט זיך געוויינטלעך צו מיט צען טעג פֿריִער ווײַל איך האָב נישט ליב דאָס יאָגעניש די לעצטע מינוט. ווען כ׳האָב אַ רגע געשוויגן האָט ער אַרויסגעשאָסן מיט די ווערטער: „גענוג זיך אַרומצושפּילן! מאָרגן צען אַ זייגער אין דער פֿרי וועל איך זײַן בײַ דיר.“

„אוי, קום נישט!“ האָב איך געזאָגט, כּמעט שרײַענדיק: „מיר זענען נישט קיין גוטער שידוך.“ אָבער די רייד האָבן מיר געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. ער האָט שוין געהאַט איבערגעריסן די פֿאַרבינדונג און מיך נישט געהערט. ווען כ׳האָב אים צוריקגעקלונגען האָט ער נישט געענטפֿערט.

איך בין געוואָרן זייער אויפֿגערעגט. ווער דאַרף אים דאָ? האָב איך געטראַכט. כ׳האָב געוווּסט אַז איך וועל נישט קענען שלאָפֿן, האָב איך אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל, און אַפֿילו אַזוי האָב איך זיך געדרייט כּמעט אַ האַלבע נאַכט ווי אַ וואָרעם. דרײַ אַ זייגער פֿאַרטאָג בין איך אײַנגעשלאָפֿן און זיך אויפֿגעכאַפּט אין אַ פּאַניק ווען דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען. דאָס איז ער און ער זאָגט אַז ער זעצט זיך יעצט אַרײַן אין א טאַקסי און וועט באַלד זײַן בײַ מיר.

כ׳האָב גיך עפּעס אָנגעטאָן, וואָס איז נאָך געלעגן אויף דער קאַנאַפּע פֿון נעכטן, געפּוצט די צײן און ווען כ׳האָב נאָר מיט עטלעכע מינוט שפּעטער אַרויסגעקוקט פֿון פֿענצטער זע איך אַ מאַן גייט אַרויס פֿון אַ טאַקסי און קומט שוין צו דער טיר. כ׳האָב נישט געטראָגן קיין שמינקע און איך געדענק אַפֿילו נישט צי איך האָב אויסגעקעמט די האָר. אָבער וואָס אַרט מיך? איך האָב אים נישט פֿאַרבעטן און כ׳וויל אים דאָ נישט האָבן. וואָס מער איך געפֿעל אים נישט, אַלץ גיכער וועט ער אַוועקגיין.

און דאָ הייבט זיך אָן אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. פֿון דער ערשטער מינוט איז ער געווען אַזוי העפֿלעך און אַזאַ דזשענטלמאַן אַז כ׳וואָלט נישט דערקענט אַז ער איז דער זעלביקער נודניק וואָס האָט מיך טעלעפֿאָניש אַזוי דערנעווירט.

איך זע אויס נאָך שענער ווי מײַן בילד, האָט ער מיר געזאָגט. כ׳האָב אים אָנגעקוקט ווי משוגע.

„קום, מיר וועלן גיין אין קאַפֿע איבערבײַסן, אויב דו ווילסט. האָסטו אַן אויטאָ? איך וועל זײַן דער שאָפֿער.“ ס׳האָט מיר אָפּגענומען דאָס לשון. נאָכן עסן האָט ער מיך געפֿירט אין קונסטמוזיי און גערעדט זייער אינטעליגענט וועגן די גרעקישע סטאַטועס און די אימפּרעסיאָניסטישע בילדער. מיר האָבן ביז פֿיר אַ זייגער פֿאַרברענגט אין מוזיי און דערנאָך האָט ער ווידער געוואָלט פֿירן מײַן אויטאָ צוריק צו מיר אַהיים.

 מיט אַ מאָל איז דער זונדעק (sun visor, בלע״ז) אויף זײַן זײַט אַראָפּגעפֿאַלן. נישט אין גאַנצן, נאָר גענוג אים צו פֿאַרשטעלן אַ האַלבן פֿענצטער, ווײַל ער איז העכער פֿון מיר. כ׳האָב שוין לאַנג אין זינען געהאַט דאָס צו פֿאַרריכטן אָבער צײַטווײַליק האָב איך אים פֿאַרקלעפּט מיט קלעפּלענטע, וואָס ווײַזט אויס האָט זיך שוין געהאַט אָפּגעקלעפּט.

ער האָט נישט געזאָגט קיין קרום וואָרט, נאָר געפֿירט מיט דער רעכטער האַנט און די גאַנצע 25 מינוט אַהיים אַרויפֿגעהאַלטן דעם דאַשיק מיט דער לינקער. דער מאַן איז אַ צדיק, האָב איך געטראַכט. כ׳האָב בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטאַנען ווי דער מענטש קען זײַן דער זעלבער ווי דער וואָס האָט טעלעפֿאָניש מיך שיִער נישט דערשטיקט. איך מוז די גאַנצע זאַך ווידער באַטראַכטן.

ווען מיר זענען צוריקגעקומען צו מיר אַהיים האָט ער מיר געשטעלט אַ מאָדנע פֿראַגע: „קענסטו מיט עפּעס זיך פֿאַרנעמען אויבן בײַ זיך אין ביוראָ אַ האַלבע שעה צײַט?“

„אויב דו ווילסט, אַוודאי, איך קען בײַ זיך אין ביוראָ פֿאַרברענגען אַ גאַנצן מעת־לעת. אָבער איך פֿאַרשטיי נישט.“

„דאָס מאַכט נישט אויס. גיי שוין.“

בין איך אַרויפֿגעגאַנגען, זיך אַוועקגעזעצט אין מײַן פֿאָטעל און געטראַכט: ער זאָל זײַן אַ גנבֿ, וואָלט ער מיך געהייסן וואַרטן אונטן ווײַל פֿרויען האָבן געוויינטלעך דאָס צירונג אין שלאָפֿצימער. ער וויל זיך דען אָפּשפּריצן איידער מיר גייען עסן וועטשערע? זיכער נישט! ער האָט מיט זיך אַפֿילו נישט מיטגעברענגט קיין רענצל.

נאָך עטלעכע מינוט האָב איך אָנגעהויבן ענטפֿערן מײַן בליצפּאָסט. בײַ איינעם פֿון די בריוו האָב איך געדאַרפֿט גיין נעמען אַ געוויסע קבלה וואָס ליגט בײַ מיר אויפֿן קיכטישל. ער האָט טאַקע געזאָגט אַז איך זאָל אַ האַלבע שעה לאַנג נישט אַראָפּקומען, אָבער איך בין בײַ זיך אין דער היים, און וואָס ער זאָל נישט טאָן וועל איך אים זיכער נישט שטערן ווען איך גיי אַראָפּ שטילערהייט, אָן די שיך, אויף די שפּיץ פֿינגער. און אַזוי האָב איך געטאָן, אָבער די קיך מײַנע און דער סאַלאָן זענען איינער לעבן דעם אַנדערן, בין איך אַרײַן אין סאַלאָן און דערזען ווי ער ליגט אויפֿן טעפּעך אין סאַלאָן, די הענט און פֿיס צעשפּרייט, מיטן קאָפּ אויף איינעם פֿון מײַנע זײַדענע קישעלעך.

מיינענדיק אַז ער איז פּלוצלינג געשטאָרבן דאָ אויפֿן אָרט האָב איך אַ דערשראָקענע אויסגעשריגן: „רבונו־של־עולם!“ און צוגעלאָפֿן צו אים. כ׳האָב נאָך העכער און ווילדער געשריגן ווען דער מת האָט געעפֿנט די אויגן און געפֿרעגט: „ווילסטו מיר געבן אַ האַרצאַטאַק? קענסט נישט זען אַז איך שלאָף?“

ער איז אויפֿגעשפּרונגען, אַרויסגענומען די מאָבילקע און געקלונגען אַ טאַקסי וואָס זאָל אים פֿירן צום פֿליפֿעלד. און מיר האָט ער אַ זאָג געטאָן: „איך קען דאָ נישט בלײַבן קיין איבעריקע מינוט. דו ביסט גײַסטיק אומסטאַביל!“ און ער איז אַרויסגעלאָפֿן אויף דער גאַס פּונקט ווי דער טאַקסי אין אָנגעקומען, לאָזנדיק מיך מיט אַ שווייס־באַפֿלעקטן זײַדענעם קישן אין דער האַנט.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.