Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער ריבניצער רבי ז״ל, דער לעצטער חסידישער צדיק פֿון מזרח־אײראָפּעThe Ribnitzer Rebbe z”l, the last Hasidic tzaddik of Eastern Europe

ייִדן קומען צו זײַן קבֿר װי צו אַן אײגענעם רבין, װאָס האָט אָפּגעהיט ייִדישקײט אין די צײַטן פֿון סאָװעטישע רדיפֿות

װײניק מענטשן האָבן געהערט פֿון דער שטאָט ריבניץ.  אָבער אױף דער חסידישער װעלטמאַפּע פֿאַרנעמט  זי אָבער אַ בכּבֿודיקן אָרט גלײַך מיט מעזשביש, בראַצלעװ אָדער בעלז ווײַל זי איז די שטאָט פֿונעם ריבניצער רבי ר׳ חיים־זאַנװיל אַבראַמאָװיטש (1902־1995).

הײַנט ליגט ריבניץ אין דער אַזױ־גערופֿענער טראַנסניסטרישער מאָלדאַװישער רעפּובליק, װאָס האָט זיך דערקלערט אומאָפּהענגיק פֿון מאָלדאָװע נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. קײן אַנדער מדינה האָט אָבער ניט אָנערקענט איר מלוכישקײט און קײן פּלאַץ אױף דער פּאָליטישער װעלט־מאַפּע האָט זי ניט.

ריבניץ איז אָבער בײַ חסידים באַקאַנט ווי די שטאָט פֿונעם ריבניצער רבין, ר׳ חיים־זאַנװיל אַבראַמאָװיטש (1902־1995). ער איז געװען אַ יוצא־דופֿן צװישן אַנדערע, עלטערע צדיקים װײַל ער האָט געלעבט אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד נאָכן חורבן. הײַנט דערצײלן חסידים איבער דער גאָרער װעלט װעגן כּלערלײ מופֿתים זײַנע און װעגן זײַנע מערקװירדיקע פֿירונגען. אויף זײַן יאָרצײַט דאַווענען טױזנטער חסידים בײַ זײַן קבֿר אין דער שטאָט מאָנסי, ניו־יאָרק. מען גלױבט אַז ער איז ספּעציעל בײַהילפֿיק װען מען האָט צרות מיטן געזעץ.

אַ נײַ בוך „דער סאָװעטישער צדיק: דערצײלונגען װעגן דעם ריבניצער רבי פֿונעם נעסטער ביזן הודזאָן“, פּובליקירט אויף רוסיש אין פּעטערבורג אונטער דער רעדאַקציע פֿון װאַלערי דימשיץ (דער אײראָפּעיִשער אוניװערסיטעט אין פּעטערבורג), מאַריאַ קאַספּינאַ און אַלכּסנדראַ פּאָליאַן (ביידע פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון רעגענסבורג, דײַטשלאַנד), איז אַן אַקאַדעמישע פֿאָרשונג פֿון דער דאָזיקער מערקװירדיקער פֿיגור און דעם אײגנאַרטיקן קולט, װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַרום אים. דאָס איז אַ קאָלעקטיװער אױפֿטו פֿון אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון רוסלאַנד, מאָלדאָװע, אַמעריקע און ישׂראל, װאָס האָבן געזאַמלט פֿעלד־מאַטעריאַלן װעגן דעם רבין אין דער שטאָט ריבניץ און אַנדערע ערטער.

װי עס דערקלערט דימשיץ, איז דער עיקר דאָ ניט דווקא צו זאַמלען די פֿאַקטן נאָר איבערצוגעבן די כּלערלײ מעשׂיות, װאָס מען האָט דערצײלט װעגן דעם רבין בעת זײַן לעבן און נאָך זײַן פּטירה. די פֿאַקטן גופֿא װעגן זײַן לעבן זײַנען גאַנץ קאַרג און צומאָל ניט פֿאַרלאָזלעך. מען װײסט אַפֿילו ניט גענױ װען און װוּ ער איז געבױרן געװאָרן. לויט „װיקיפּעדיע“ שטייט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין דער רומענישער שטאָט באָטשאַן אין 1902, אָבער אין די סאָװעטישע דאָקומענטן שטײט, אַז ער איז געבױרן געװאָרן אינעם שטעטל בורדוזשאַן לעבן שאָץ (סוטשיאַװאַ) אין בוקאָװינע אין 1892. די אַמעריקאַנער מקורים זאָגן, אַז ער האָט זיך געלערנט אין דער קעשענעװער ישיבֿה און אין 1933 און געװאָרן אַ רבֿ אינעם שטעטל רעזינע, װאָס געפֿינט אױפֿן רעכטן ברעג פֿונעם טײַך נעסטער אַנטקעגן ריבניץ.

װען די רומענישע אַרמײ האָט פֿאַרנומען די געגנט אין 1941, האָט מען אים אַרױסגעשיקט אינעם ריבניצער געטאָ. דװקא דאָ איז ער „נתגלה“ געװאָרן װי אַ צדיק און בעל־מופֿת. מען דערצײלט אַז ער האָט מבֿטל געמאַכט דעם רומענישן גזר צו דערמאָרדן אַלע ייִדן אינעם געטאָ. נאָכן סוף פֿון דער מלחמה איז אַבראַמאָװיטש פֿאַרבליבן אין ריבניץ. די סאָװעטן האָבן ניט דערלױבט ייִדן צו האָבן אַן אָפֿיציעל אָנערקענטע קהילה, האָבן ייִדן געדאַװנט אין אומלעגאַלע מנינים אין פּריװאַטע שטיבער. אַבראַמאָװיטש האָט געדינט װי דער רבֿ, שוחט און מוהל אין דער שטאָט.

עס איז מערקװירדיק, װי פֿאַרשײדן זײַן פֿיגור װערט פֿאָרגעשטעלט אין די אינטערװיוען מיט הײַנטיקע ריבניצער תּושבֿים און אין די מעשׂיות, װאָס װערן דערצײלט צװישן חסידים. אין ריבניץ געדענקט מען אים װי אַ מין טשודאַק, אַ מענטש מיט מאָדנע פֿירעכצן. ער האָט געהאַט אַ לאַנגע באָדר, האָט אױסגעזען אָפּגעלאָזט און יעדן טאָג, זומער און װינטער, זיך טובֿל געװען אינעם טײַך נעסטער. אַ סך מער כּבֿוד האָט מען אים אָפּגעגעבן אין די קאַרפּאַטן אין אוקראַיִנע, װוּ ער האָט אָפֿט מאָל פֿאַרבראַכט. ריבניץ, דערקלערט דימשיץ, איז געװען די סאַמע „סאָװעטישע“ צװישן די שטעט אין דער סאָװעטישער מאָלדאָװע. אַ היפּשע צאָל ייִדן דאָרט זײַנען געװען אַסימילירט און האָבן ניט געהאַט קײן אינטערעס צו ייִדישקײט. אין די קאַרפּאַטישע שטעטלעך, װאָס זײַנען אַרײַן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ערשט אין 1945, זײַנען די חסידישע טראַדיציעס נאָך פֿאַרבליבן, אָבער קײן רבייִם זײַנען דאָרט נאָכן חורבן מער ניט געװען. אַזױ אַרום האָט אַבראַמאָװיטש אױסגעפֿילט דעם דאָזיקן בלױז.

לעצטנס איז אַבראַמאָװיטש אָבער געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין ריבניץ אױך, שרײַבט זכריה שולמאַן („קלעז־קאַנאַדע“). ייִדן שטאָלצירן זיך מיט אים װי אַן אײגענעם סאַמאָראָדנעם רבי, װאָס האָט אָפּגעהיט ייִדישקײט אין די צײַטן פֿון סאָװעטישע רדיפֿות. מען האַלט אים פֿאַר אַן אײגענעם, הײמישן רבין להיפּוך צו די חב״דסקער שליחים וואָס קומען פֿון אױסלאַנד. אַ סך ייִדן האָבן פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿונעם ריבניצער רבי, און צומאָל רעדן זיי צו די בילדער, װען זיי דאַרפֿן הילף. דער פּאָרטרעט פֿונעם רבין איז פּאָפּולער אױך בײַ חסידים אין אַמעריקע, שרײַבט קאַספּינאַ. מען טראָגט זײַן פֿאָטאָ װי אַ סגולה אין פּאָרטמאָנע אָדער צוגעטשעפּעט צום שליסלרינג. אַפֿילו דער ישׂראלדיקער פּאָליטיקער אַבֿיגדור ליבערמאַן, װאָס איז באַקאַנט װי אַ קעגנער פֿון חרדים, האָט אַ גרױסן פּאָרטרעט פֿונעם ריבניצער רבין אין זײַן ביוראָ. ליבערמאַן דערצײלט, אַז דער רבי האָט אים מלע געװען. און אַזױ װי ליבערמאַנס אייגענע עלטערן פֿלעגן פֿאָרן קײן ריבניץ צום רבין, פֿאָרט ליבערמאַן אַלײן קײן מאָנסי צום רבינס קבֿר.

עס זײַנען דאָ פֿיר ביכער אױף ייִדיש און העברעיִש, װאָס דערצײלן װעגן דעם ריבניצער רבין און זײַנע מעשׂים־טובֿים, שרײַבט פּאָליאַן, ווי אױך אַ היפּשע צאָל דערצײלונגען און זכרונות, װאָס זײַנען צעזײט איבער פֿאַרשײדענע צײַטשריפֿטן. דימשיץ און קאַספּינאַ האָבן צונױפֿגעשטוקעװעט אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון מאָטיװן אין די דערצײלונגען װעגן דעם ריבניצער רבין און זײַנע מופֿתים. אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען פֿאַרפֿאַסט לױטן מוסטער פֿון „שבֿחי הבעש”ט“, די ערשטע זאַמלונג חסידישע מעשׂיות, װאָס איז אַרױס אין 1815 און נעמט אַרײַן בעל־פּהיִקע דערצײלונגען װעגן דעם בעל־שם־טובֿ. אַן ענלעכער פּראָצעס קומט פֿאָר הײַנט, שרײַבט דימשיץ, װען חסידישע רעדאַקטאָרן זאַמלען און פֿאַרשרײַבן די בעל־פּהיִקע סיפּורים װעגן דעם ריבניצער רבין. די פֿאָרשער פֿון פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע האָבן אַ גוטן מזל צו שטודירן, װי אַזױ עס װערט הײַנט אױפֿגעבױט די געשטאַלט פֿונעם לעצטן צדיק פֿון מזרח־אײראָפּע. אַזױ אַרום װערט געשלאָסן די חסידישע טראַדיציע אין מזרח־אײראָפּע, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיטן בעש״ט. עס איז סימבאָליש, באַמערקן די רעדאַקטאָרן אינעם שלוסװאָרט, װאָס דאָס קומט פֿאָר אױפֿן ברעג פֿונעם טײַך נעסטער, דאָרט, װוּ חסידות איז געבױרן געװאָרן העכער פֿון צװײ הונדערט יאָר פֿריִער.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.