זום־שמועס: האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די משׂכּילים? Zoom event: Did the Rabbis wage war against the Enlightenment thinkers?
יוחנן לאָווען וועט רעדן וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די חרמות און קאַמפֿן קעגן די משׂכּילים מצד די פֿרומע קרײַזן

דער משׂכּיל משה מענדעלסאָן Photo by https://snl.no
זונטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער 2024 וועט פֿאָרקומען אַ זומישן אינטערוויו מיט יוחנן לאָווען, אַ מאָנטרעאָלער ייִד וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ די טאָשער חסידים אָבער לעבט הײַנט אַ מאָדערן ייִדיש לעבן מיט זײַן פֿרוי שפֿרה לאָווען און פֿיר קינדער. ער און שפֿרה האָבן דערצויגן די קינדער אויף ייִדיש.
דער שמועס, וואָס וועט געפֿירט ווערן דורך אלי בענעדיקט, ווערט געשטיצט פֿון דער ייִדיש־ליגע. ער איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
לאָווען וועט רעדן וועגן אַן ענין פֿון דער השׂכּלה, וואָס איז נישט גוט באַקאַנט: ווי אַזוי די דעמאָלטדיקע רבנים האָבן דווקא געשטיצט באַוווּסטע משׂכּילים ווי, למשל, משה מענדעלסאָן און נפֿתּלי הערץ וויזעל. לאָווען וועט אויך רעדן וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די חרמות און קאַמפֿן קעגן די משׂכּילים מצד די פֿרומע קרײַזן, וואָס גייען אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ.