Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פּרעכטיקע אויסשטעלונג פֿונעם פֿאָרטונאָוו־אַרכיוו אין יעל־אוניווערסיטעטA superb exhibit of the Fortunoff Archive at Yale

מע קען זען ווידעאָ־אינטערוויוען מיט לעבן געבליבענע פֿון חורבן און מקורים אױף אַ צאָל לשונות, מערסטע — טאַקע אױף ייִדיש.

ס׳איז אַ סבֿרא אַז קײן מאָל איז נאָך ניט געװען קײן אױסשטעלונג פֿון אַזאַ פֿאַרנעם װעגן ייִדן, ייִדיש און ייִדישער געשיכטע אין אַן „אײַװי־ליג“־אוניװערסיטעט: סוף סעפּטעמבער האָט מען מיט אַ שײנעם קבלת־פּנים דערעפֿנט די אױסשטעלונג „אין דער ערשטער פּערזאָן“ אין דער בײַנעקע־ביבליאָטעק בײַם יעיל־אוניװערסיטעט. פֿאַקטיש קען מען זי שױן באַזוכן זינט סוף יולי.

מיט דער אױסשטעלונג פּראַװעט מען דעם 45־יאָריקן יובילײ פֿונעם פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ פֿון װידעאָ־אינטערװיוען, עדותשאַפֿטן װעגן דעם חורבן. די אױסשטעלונג דערצײלט די געשיכטע פֿונעם אַרכיװ און שטעלט פֿאָר געקליבענע אױסשניטן פֿון 18 אינטערװיוען.

אַחוץ דעם גיט זי אױך אַ היסטאָרישן איבערבליק, װי אַזױ ייִדן האָבן זיך אָפּגערופֿן אױף גװאַלדאַקטן — פֿון קעשענעװער פּאָגראָם אין 1903 ביז דער צװײטער װעלט־מלחמה, ענדיקנדיק מיטן פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ אין ניו־הײװען, קאָנעטיקאָט, װאָס מע האָט גענומען שאַפֿן אין די סוף 1970ער יאָרן.

בײַם קבלת־פּנים האָבן די קוראַטאָרן סטיװען נאַראָן און קאָנסטאַנצע קונץ געהאַלטן רירנדיקע רעדעס און בשעת־מעשׂה ניט אײן מאָל זיך צעװײנט. אָנגעהױבן האָט זיך די צערעמאָניע מיט אַ ניגון, געשפּילט פֿונעם קלאַרנעטיסט זיסל סלעפּאָװיטש. דעם ניגון האָט סלעפּאָװיטש זיך אױסגעלערנט פֿונעם װידעאָ־אינטערװיו מיט דזשעק מ. (דער אַרכיוו גיט נישט אָן זײַן פֿאַמיליע), אַ ייִד פֿון דער שידלאָװצער שארית־הפּליטה.

בײַ דער צערעמאָניע זײַנען בײַגעװען די משפּחות פֿון לעבן־געבליבענע און אַפֿילו ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אַלײן, אַזוי ווי רענײ האַרטמאַן, אַ געבױרענע אין פּרעשבאָריק (בראַטיסלאַװאַ), וואָס האָט פֿאָרגעלײענט צװײ אײגענע לידער אױף ענגליש.

אױך דאָס ייִדישע לשון האָט מען געקענט דערהערן: צװײ גראַדויִר־סטודענטן, די קוראַציע־אַסיסטענטן עמילי מאַצאַ און יעקבֿ ראָם, האָבן פֿאָרגעלײענט אַבֿרהם סוצקעװערס ליד „פֿאַרן נירנבערגער טריבונאַל“. דער פּאָעט און געװעזענער פּאַרטיזאַנער סוצקעװער האָט עדות געזאָגט װעגן חורבן־װילנע בשעתן נירנבערגער מישפּט אין 1946:

מע זאָגט: איך מאָן גערעכטשאַפֿט פֿאַר מיליאָנען.
אַז אײביק װעט פֿאַרבלײַבן אָט די שעה. —
נאָר די מיליאָנען זענען דאָך ניטאָ, —
איז װאָס פֿאַר אַ גערעכטשאַפֿט קען איך מאָנען?

די קוראַטאָרין קורץ האָט זיך אין איר רעדע טאַקע אָפּגעשטעלט אױפֿן „נאַיִװן באַנעם פֿון באַפֿרײַונג“. פֿון הרבֿ ברוך גאָלדשטײנס עדותשאַפֿט דערװיסט מען זיך, למשל, אַז דאָס לעבן איז אין אַ געוויסן זינען געווען נאָך שװערער נאָך דער „באַפֿרײַונג“ װי בשעת דער מלחמה, װען מען איז געװען אין גאַנצן פֿאַרנומען מיטן בלײַבן לעבן. אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן האָט זיך געשפּירט אַ שרעקלעכע עלנטקײט, בפֿרט בשעת די משפּחהדיקע שׂימחות.

דזשעק מאַנדלבױם, װעמעס גבֿית־עדות מע קען אױך זען אין דער אױסשטעלונג, גיט איבער אין זײַן אינטערוויו אַז גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג איז ער געװען אָפּטימיסטיש. מענטשן האָבן אים געהאָלפֿן זיך צו שטעלן אױף די פֿיס; ער האָט געמײנט אַז די װעלט איז שױן געװאָרן אַ בעסערע. נאָר אין גיכן האָט ער זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון אַז — נײן, מע פֿירט נאָך אַלץ מלחמות און הרגעט אומשולדיקע. „זײערע יסורים װערן אונדזערע יסורים“ — זאָגט מאַנדלבױם, אױסדריקנדיק זײַן סאָלידאַרישקײט מיט די אומשולדיקע קרבנות פֿון מלחמות, מאַסן־הריגות און גענאָצידן.

אױך העלען קאָפּמאַן האָט זיך מיאש געװען: „מיר זײַנען געבליבן לעבן און זײַנען דאָ כּדי צו זאָגן עדות. אָבער איך בין ניט זיכער צי ס׳איז געװען כּדאַי. צי האָט מען זיך דען עפּעס אָפּגעלערנט דערפֿון? דאַכט זיך אַז ניט.“

מאַרטין שילער, אַ פּױלישער ייִד, דערצײלט אין זײַן גבֿית־עדות װעגן אַן איבערלעבונג אין אַמעריקע, אין יאָר 1946. ייִנגלװײַז האָט ער זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה און געהאַלטן פֿאַר גאָר װיכטיק צו דערצײלן װעגן זײַנע איבערלעבענישן בשעת דער מלחמה. נאָר די אַנדערע ישיבֿה־בחורים האָבן אָפּגעלאַכט פֿון אים, מײנענדיק אַז ער דערצײלט גלאַט אױסגעטראַכטע מעשׂיות. „מײַנע אײגענע האָבן מיר ניט געגלײבט.“ מיט אַזעלכע װאָס זײַנען „דאָרטן“ ניט געװען, האָט שילער שױן מער ניט גערעדט װעגן דעם חורבן.

מע װײַזט אױך װידעאָס װאָס אין זײ רעדט זיך װעגן דער מלחמה גופֿא. עדיט פּלאַקינס, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון מיהאַליװיץ (מיכאַלאָװצע, מיזרח־סלאָװאַקײַ), דערצײלט װעגן לעבן אין קאַצעט: „איך שװער אײַך, די זון איז קײן מאָל ניט ליכטיק געװען פֿאַר מיר, זי איז געװען רױט, שװאַרץ, ס׳איז געװען אַ חורבן. די זון איז קײן מאָל ניט געװען שײן.“

אַזעלכע עדותשאַפֿטן װאָס קלינגען כּמעט װי, להבֿדיל, פּאָעזיע, װײַזן אָן אױף דער גרונט־שװעריקײט פֿון אַרױסזאָגן זיך װעגן די אָפּקומענישן אונטערן נאַצי־יאָך. װען מע האָט אָפֿיציעל מיסד געװען דעם פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ אין 1979, האָט אלי װיזל געהאַלטן אַ רעדע און געזאָגט: „מיר װילן, אָבער מיר קענען ניט איבערגעבן אַ יסודותדיקן טײל פֿון אונדזער זײַן: אַ שפּליטער פֿון אַ פֿײַער.“

אױך אינעם „פּרע־היסטאָרישן“ טײל פֿון דער אױסשטעלונג געפֿינען מיר דער עיקר גבֿית־עדותן. די דאָזיקע מקורים באַװײַזן: זינטן אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָט מען זיך אונטערגענומען צו פֿאַרצײכענען די עוולות קעגן ייִדן און צו זאַמלען עדותשאַפֿטן כּדי צו פֿאָדערן גערעכטיקײט. די אַלטע מיצווה „והגדתּ לבֿנך“ — דו זאָלסט דערצײלן דײַן קינד — איז מגולגל געװאָרן אין אַ קאַמף פֿאַר גערעכטיקײט און יושר.

נאָך די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע אין די יאָרן 1919–1921, למשל, האָבן היסטאָריקערס און כּלל־טוערס געגרינדעט דעם מיזרח־ייִדישן היסטאָרישן אַרכיװ. אין 1927, בשעתן פּאַריזער פּראָצעס קעגן שלום שװאַרצבאַרד, האָט מען געניצט די אַרכיװ־מאַטעריאַלן, און ייִדן האָבן געזאָגט עדות — אין דער ערשטער פּערזאָן.

אין די רײַכע זאַמלונגען פֿון דער בײַנעקע־ביבליאָטעק איז טאַקע פֿאַראַן אַ ברײטע גאַמע פֿון שײכדיקע מקורים, װאָס מע זעט דאָ צום ערשטן מאָל.

אָט, למשל, אַז ס׳גײט װעגן „זאַמלען און פֿאַרצײכענען“ אין די די־פּי־לאַגערן, געפֿינען מיר אין אײן גלאָזקעסטל פֿאַרשײדענע מינים װערטערביכער — סײַ פֿונעם ייִדישן לשון אין די געטאָס און לאַגערן און סײַ פֿון דײַטשישע אײפֿעמיזמען בײַ די נאַציס. װעגן אַזעלכע ביכער האָט די פֿאָרשערין חנה פּולין־גלאַי ערשט אַרױסגעלאָזט אַ מאָנאָגראַפֿיע, „אָקופּירטע װערטער“.

אין אַ גלאָזקעסטל מיט דאָקומענטן װעגן די ערשטע פּראָצעסן נאָך 1945 איז דאָ אַ קלײן ביכעלע, אַבֿרהם שלאָנסקיס העברעיִשע איבערזעצונג פֿון װאַסילי גראָסמאַנס „דער גיהנום אין טרעבלינקע“. אינעם ביכל האָט גראָסמאַן צונױפֿגעשטעלט גבֿית־עדותן פֿון פּאָליאַקן, פֿאַרן נירנבערגער טריבונאַל קעגן די דײַטשישע מלחמה־פֿאַרברעכערס. אין אָקופּירטן דײַטשלאַנד האָט מען פֿאַרשפּרײט איבערזעצונגען אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן. אינטערעסאַנט, װאָס ביכלעך אין אַזאַ קלײנעם פֿאָרמאַט זײַנען געװען צוגעפּאַסט צו די באַדערפֿענישן פֿון די פֿאַרװאָגלטע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, פּליטים אָן אַ הײם: מע האָט זײ געקענט טראָגן אין קעשענע.

די קוראַטאָרן האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַן אױסשטעלונג װאָס איז אינטערעסאַנט סײַ פֿאַר קענערס, סײַ פֿאַרן ברײטן עולם. ס׳איז דאָ אַ קלאָרער, אַלגעמײנער סיפּור־המעשׂה, איבערגעגעבן אױף אַ בילדערישן אופֿן. נאָר דערצו זײַנען דאָ אָן אַ צאָל געלעגנהײטן אױף צו פֿאַרטיפֿן זיך אין פּרטי־פּרטים און זיך צו באַקענען מיט זעלטענע עקספּאָנאַטן.

אַחוץ פֿאַרכאַפּנדיקע כּתבֿ־ידן און דוגמאָות פֿון ייִדישער בוכקונסט, זײַנען דאָ אױך דאָ קונסט־פּלאַקאַטן, אַ שטײגער, פּינחס שולדנרײַנס „יזכּור 6,000,000: תּ״ש — תּש״ה“ (צײַלסהײם לעבן פֿראַנקפֿורט, אַרום 1946). אין דער ציפֿער 6,000,000 האָט דער קינסטלער אַרײַנגעמאָלט סצענעס פֿון לאַגער, אינעם לעצטן נול אָבער — ייִדישע מוסדות פֿון פֿאַרן חורבן, שולן, ביבליאָטעקן וכּד׳. אױף רעכטס און לינקס ברענען צװײ גרױסע ליכט.

פּנחס שולדענרײַן, „יזכּור 6,000,000: תּ״ש — תּש״ה“ (בערך 1946) Courtesy of Kestenbaum & Company Auction House, NYC

אױך בײַם אַרײַנגאַנג אינעם הױפּט־חלק מיט די װידעאָ־אינטערװיוען איז דאָ שולדנרײַנס אַ פּלאַקאַט: „זכור את אַשר עשׂה לך עמלק! זאַמלט און פֿאַרצײכנט!“ אױף דער צװײטער זײַט פֿון דער אױסשטעלונג שטײט נאָך אַ פּלאַקאַט: „ויהי בימי … העלפֿט שרײַבן די געשיכטע פֿון לעצטן חורבן!“

לױט אָט די אױפֿרופֿן איז די עובֿדה פֿון דאָקומענטירן אַ כּלל־ענין, אַ זאַך װאָס יעדער אײנער דאַרף נעמען אַן אָנטײל דערין. אַחוץ דעם זײַנען דאָ בפֿירושע אָפּרופֿן אױף דער טראַדיציע און דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק. אױפֿן „עמלק“־פּלאַקאַט זעען מיר, למשל, ייִדן פֿאַרשקלאַפֿטע אין מצרים, דעם חורבן־הבית, גזירות תּ״ח ותּ״ט (כמעלניצקי) און גירוש ספֿרד. אין די שכנותדיקע גלאָזקעסטלעך האָט מען אַװעקגעשטעלט ספֿרים װאָס באַשרײַבן די דאָזיקע פֿאַרלױפֿענישן, צונױפֿגעפּאָרט מיט ביכער װעגן דעם היטלער־חורבן. לעבן דעם ספֿר „עמק הבכא“ װעגן גירוש ספֿרד שטײט, למשל, אַ בוך „מעמק הבכא“ — װעגן דעם חורבן פֿון פּױלישן ייִדנטום.

אױך דער פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ איז לכתּחילה געװען אַ קאָלעקטיװע אונטערנעמונג. אַ גרופּע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, מיטן פּסיכיאַטער דורי לאַוב אין שפּיץ האָט געמאַכט די התחלה. חוץ דעם האָט די זשורנאַליסטקע לאָרעל װלאָק, אַ געבױרענע אין אַמעריקע, געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע.

אױפֿן תּחום פֿון װידעאָ־אינטערװיוען מיט לעבן־געבליבענע זײַנען זײ געװען אמתע פּיאָנירן. זײער אופֿן דורכצופֿירן די אינטערװיוען האָט געדינט װי אַ מוסטער פֿאַר אַ גאַנצער רײ שפּעטערדיקע פּראָיעקטן, בתוכם דער ריזיקער חורבן־אַרכיװ בײַם אוניװערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע. אױך הײַנט גיט דער פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ, מיט דירעקטאָר סטיװען נאַראָן בראש, עצות צו קרובֿישע פּראָיעקטן, אַזעלכע װי דער פּראָיעקט „אוקראַיִנע דאָקומענטירן“ און דער ישׂראלדיקער „עדות 710“.

אױך דער ישׂראלדיקער דאָקומענטאַציע־פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהױבן װי אַן איניציאַטיװ פֿון כּלל־טוערס. שױן פֿאַרן 7טן אָקטאָבער 2023 האָבן די דאָזיקע אַקטיװיסטן דאָקומענטירט די פּראָטעסטן קעגן דער רעגירונג. נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון 7טן אָקטאָבער האָבן די זעלביקע מענטשן גענומען שאַפֿן אַן אַרכיװ צו פֿאַרצײכענען די איבערלעבונגען פֿון יענעם שװאַרצן שבת.

פֿאַר די קוראַטאָרן, נאַראָן און קונץ, איז, אַגבֿ, ניט געװען קײן קלײניקײט, װײַטער אָנצוגײן מיט זײער אַרבעט. אין אַ געװיסן מאָמענט האָבן זײ זיך מישבֿ געװען, צי אַזאַ אױסשטעלונג װי „אין דער ערשטער פּערזאָן“ דאַרף ניט אױך אַרײַננעמען די סאַמע לעצטע גװאַלדאַקטן קעגן ייִדן. צום סוף איז מען דערגאַנגען צום אױספֿיר אַז די אױסשטעלונג זאָל זיך בעסער אָפּשטעלן אין מיטן די 1990ער יאָרן, אױפֿן הױכפּונקט פֿון דער דאָקומענטאַציע־אַרבעט פֿונעם פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ.

ס׳לײגט זיך, אין תּוך אַרײַן, אױפֿן שׂכל. נאָך אַלעמען האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק אין אײראָפּע געלעבט אין אַנדערע באַדינגונגען װי, אַ שטײגער, אין מדינת־ישׂראל. אַזױ צי אַזױ, קען מען פֿאָרט לײענען „צװישן די שורות“. לאָמיר כאָטש דערמאָנען דזשעק מאַנדלבױמס אַרױסזאָג: „זײערע יסורים װערן אונדזערע יסורים“. אָדער, פֿון דער צװײטער זײַט, דאָס ציוניסטישע ליד װאָס אַ לעבן־געבליבענער ייִד פֿון סאַלאָניקי זינגט אױף לאַדינאָ, אין אײנעם אַן אינערװיו־פֿראַגמענט: פֿאַר אים איז דאָס ליד מן הסתּם אַ סימן פֿון װידערשטאַנד, האָפֿענונג און — נצחון.

אַפֿילו אַז די אױסשטעלונג איז אַ רײן היסטאָרישע, זעט אױס אַז דער אוניװערסיטעט היט זיך חלילה ניט אַרױסצורופֿן קײן טענות אָדער מחלוקת װעגן אַ גרױסער אױסשטעלונג אױף אַ ייִדישער טעמע. אױף יעדן פֿאַל האָט מען די אױסערגעװײנטלעכע אױסשטעלונג כּמעט ניט מפֿרסם געװען.

פֿון דעסטוועגן זעען זיך פֿון דער גאַס שױן פֿון דער װײַטן די ווערטער „אין דער ערשטער פּערזאָן: דער פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ פֿאַר גבֿית־עדותן װעגן דעם חורבן“. אַרײַנגײער אין דער ביבליאָטעק קענען ממילא ניט פֿאַרזען די אױסשטעלונג, װאָס פֿאַרנעמט דעם גאַנצן בנין.

אַגבֿ־אורחאדיק דערװיסט מען זיך אױך װעגן דעם װאָס דער פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ טוט אױף בײַם הײַנטיקן טאָג. דער דירעקטאָר, נאַראָן, באַמיט זיך כּסדר אױסצוגעפֿינען נײַע, שעפֿערישע אופֿנים צו אַרבעטן מיט די גבֿית־עדותן אַזױ אַז זײ זאָלן דערגײן צו אַ גרעסערן עולם. דערצו שטיצט דער אַרכיװ פֿאָרשער און קינסטלער װאָס באַניצן זיך מיט די װידעאָ־אינטערװיוען.

דער מוזיקער זיסל סלעפּאָװיטש און די זינגערין סאַשע לוריא, למשל, האָבן — אין אײנעם מיט זײער קאַפּעליע — רעקאָרדירט ניט װײניקער װי דרײַ ציקלען לידער װאָס סלעפּאָװיטש האָט פֿאַרצײכנט, צוהערנדיק זיך צו די אינטערװיוען אין פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ.

נאָך 45 יאָר איז דער פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ פֿאַרבליבן אַ וויכטיקער װעגװײַזער אױפֿן תּחום פֿון חורבן־פֿאָרשונג. די אױסשטעלונג איז אַ פּאַסיקער אופֿן צו פּראַװען דעם יובילײ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.