Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מחיה, די אייראָפּעיִשע גאַסן־נעמען! I love European street names!

אין וואַרשע הייסן גאַסן נאָך חיות, מאַטעריאַלן, מלאָכות, אַפֿילו נאָכן וועטער.

קיין טענה האָב איך נישט צום רבונו של עולם, אָדער צום גורל, וואָס מײַנע זיידעס און באָבעס זענען געקומען אַהער נאָך לאַנג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, בין איך געבוירן געוואָרן אין אַ זיכערן אָרט און נישט געטיילט דעם גורל פֿון די קרובֿים וואָס זענען געבליבן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָר נישט־געקוקט דערויף מיין איך, אַז מײַן נשמה איז אַן אייראָפּעיִשע, אַז אַ סך מאָל איז מיר היימישער אין פּאַריז, פּראָג, פּרעשבאָרג, וואַרשע ווי אין ניו־יאָרק אָדער וואַשינגטאָן.

וויל איך זיך אומקערן צו וואַרשע, וואָס וועגן דעם האָב איך נישט איין מאָל געשריבן. אַז ס׳קומען אַהער געסט פֿון אייראָפּע, בלײַבן זיי פֿאַרוווּנדערט, אויב נישט געפּלעפֿט, וואָס אַזוי פֿיל גאַסן דאָ טראָגן ציפֿערן און נישט קיין נעמען. „פֿיפֿטע עוועניו?! האַ?“ אין פּאַריז הייסט דאָך דער באַקאַנטסטער בולוואַר „שאַנז עליזיי“ (עליזישע פֿעלדער); אין וואַרשע — ירושלימער אַלעע, דער צענטער פֿונעם ערשטן ייִדישן ייִשובֿ אין דער שטאָט.

נישט נאָר דאָס, נאָר אין ניו־יאָרק, אַ שטייגער, טראָגן די גאַסן נעמען אָדער פֿון פֿאַרשמטקייטן פֿון אַמאָל (וואַשינגטאָן, דזשעפֿערסאָן, לינקאָלן) אָדער אפֿשר פֿון די געפֿאַלענע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. אין די פֿירשטעטלעך האָבן גאַסן נעמען פֿון סקאַרבאָווע ביימער — דעמב, טענענבוים, סאָסנע. אויב, אָבער, מע וויל זיך באַקענען מיט דער אָרטיקער היסטאָריע קען מען זיך גאַנץ ווייניק אָפּלערנען פֿון די גאַסן־נעמען.

אין אייראָפּע און ישׂראל בײַט מען די נעמען גאַנץ אָפֿט. אין איינער פֿון זײַנע הומאָרעסקעס האָט דער גרויסער סאַטיריקער אפֿרים קישון ע״ה, אַן אײַנוווינער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, באַשריבן אַ וויזיט קיין ירושלים, וווּ ער בעט ייִדן אין גאַס, זיי זאָלן אים העלפֿן געפֿינען זײַנס אַ חבֿרס אַ דירה. האָט מען פֿון יעדער גאַס אויסגערעכנט דעם איצטיקן נאָמען מיט די צוויי פֿריִערדיקע. מיט אַזוי פֿיל נעמען איז אונדזער העלד, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן צעטומלט געוואָרן און זיך אומגעקערט קיין תּל־אָבֿיבֿ מיט גאָרנישט. דערפֿאַר, אָבער, קען מען זיך פֿון די נאָמען־בײַטענישן כאָטש עפּעס אויסלערנען.

אָט האָט מען מיטן קומען צו דער מאַכט פֿון קאָמוניסטן געגעבן אַ סך גאַסן נעמען נאָך זייערע העלדן. איז טשעכײַ געווען פֿול מיט גאַסן נאָכן ערשטן קאָמוניסטישן פּרעזידענט, קלעמענט גאָטוואַלד, און נאָך אַ געפֿאַלענעם זשורנאַליסט, יוליוס פֿוטשיק, ווי אויך נאָך דער רויטער אַרמיי און אַנדערע סאָוועטישע העלדן. ווי נאָר די קאָמוניסטן זענען אַראָפּ פֿון פֿערד האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן זייערע נעמען אויך.

אין אַ שיינעם טאָג אין זומער 1990, עטלעכע חדשים נאָכן פֿאַלן פֿון דער בערלינער מויער, שטיי איך אינעם פּראָגער מעטראָ און וואַרט אויף אַ באַן. קומט צו מיר צו איינער און פֿרעגט מיך אויף אַ שטאַרק אַקצענטירטן ענגליש מיט וואָסער באַן קען מען אָנקומען אויף דער סטאַנציע „קאָסמאָנאַוטן“. כ׳האָב געווווּסט, אַז דעם נאָמען האָט מען שוין אָפּגעשאַפֿט, ענטפֿער איך אים: „נישטאָ אַזאַ סטאַנציע“. האָט ער זיך שיִער נישט צעוויינט: „אָבער כ׳מוז אָנקומען אַהין, און מע האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז אַזוינס איז יאָ דאָ!“ האָב איך אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די סטאַנציע טראָגט שוין אַ נײַעם נאָמען, נאָר כ׳בין נישט זיכער וואָס ער איז. האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט און זיך דערוווּסט דעם נײַעם נאָמען (וואָס כ׳האָב, אַגבֿ, שוין לאַנג פֿאַרגעסן). ווען כ׳האָב עס איבערגעגעבן דעם פֿרעמדן האָט ער מיר געזאָגט אַ דאַנק, אָבער מיט אַ פּנים פֿול חשד, אַזוי ווי כ׳וואָלט אים געוואָלט אָפּנאַרן.

נו, און וואַרשע? ס׳איז אַ מאָל שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, אַז טייל פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע גאַסן האָבן אָפֿט געטראָגן קריסטלעכע נעמען: באָניפֿראַטן, פֿראַנצישקאַנער, שוויענטאָיערסקאַ. אַפֿילו די וועלט־באַרימטע חסידישע שטאָט גער הייסט דאָך Góra Kalwaria, נאָכן ירושלימער באַרג וווּ יעזוס איז אפֿשר געקרייציקט געוואָרן. אָבער וואַרשע, נאָך מער אַפֿילו ווי אַנדערע פּוילישע שטעט, האָט אַ ים מיט טשיקאַווע נעמען. טייל נעמען זענען דאָ ביזן הײַנטיקן טאָג, אַנדערע זענען אַוועק מיט דער וועלט־מלחמה, אָבער טשיקאַווע זענען זיי. טייל האָבן אייגענע ייִדישע נעמען; אַנדערע טראָגן די פּוילישע נעמען אויף ייִדיש אויך.

למשל, נעמען נאָך חיות: ווילטשע (וואָלף), פּאַוויע (פּאַווע), גענשע (גאַנדז), קאַטשע (קאַטשקע), זשאַביע (זשאַבע), אָרלע (אָדלער), פּטאַשע (פֿויגל), סמאָטשע (פּיפּער־נאָטער), קאָזשע (ציג), ווראָניע (וואָראָנע).

נאָך מאַטעריאַלן: צעגלאַנע (ציגל; דאָרטן האָט געוווינט י.־ל. פּרץ, טראָגט הײַנט די גאַס זײַן נאָמען), קראָכמאַלנע (קראָכמאַל), כמיעלנע (האָפּן), סרעברנע (זילבער), זלאָטע (גאָלד), זשעלאַזנע (אײַזן; אויף מאַמע־לשון טאַקע „אײַזן־גאַס), גליניאַנע (ליים), סקוזשאַנע (לעדער), סאָלנע (זאַלציק; אויף ייִדיש „זאַלץ־גאַס“), מיאָדאָווע (האָניק, מעד; „מעד־גאַס“ אויף ייִדיש), זשיטניע (קאָרן), שענע (היי).

נאָך מלאָכות: קופּיעצקע (סוחר), רימאַרסקע (רימער, זאָטל־מאַכער), מלינאַרסקע (מילנער).

נאָך דער נאַטור: סאָסנאָווע (סאָסנע; יאָ, איין בוימנאָמען!), באַגנע (זומפּ).

נאָכן וועטער: כלאָדנע (קיל), זשימנע (קאַלט), טשעפּלע (וואַרעם).

נאָך סתּם אַדיעקטיוון: ניסקע (נידעריק), דזשיקע (ווילד), מילע (ליב), פּראָסטע (פּראָסט, גלײַך), טוואַרדע (האַרט), פּרוזשנע (ליידיק, אומזיסט), דלוגע (לאַנג; אויף מאַמע־לשון טרעפֿט מען סײַ „דלוגע“, סײַ „לאַנגע“), ספּאָקוינע (רויִק), פּאָקאָרנע (עניוותדיק, הכנעהדיק), ביאַלע (ווײַס), שטשענשליווע (גליקלעך), שליסקע (גליטשיק).

און די וויכטיקסטע האַנדלסגאַס אינעם ייִדישן (און אפֿשר אין גאַנץ) וואַרשע האָט געהייסן Nalewki, נאָך אַ טײַכל וואָס דערפֿון האָט מען געשעפּט טרינקוואַסער פֿאַר דער שטאָט. נישטאָ מער אַזאַ גאַס, נאָר בײַ וואַרשעווער ייִדן און אין דער ייִדישער ליטעראַטור וועט זי אייביק בלײַבן אַ שם־דבֿר: די נאַלעווקעס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.