פּראָיעקט וואָס שטיצט פּיעסעס אויף מינאָריטעט־שפּראַכן אינסצענירט ייִדישן ספּעקטאַקל Project supporting plays in minority languages stages a Yiddish show
אינעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער אין בוקאַרעשט האָט מען אויפֿגעפֿירט דניאל גלאַיס פּיעסע „מלך הכּליזמרים“

אַ סצענע פֿון דניאל גלאַיס פּיעסע „מלך הכּליזמרים“ (2024) Photo by Oana Monica Nae
שוין עטלעכע יאָר וואָס אין אייראָפּע פֿירט מען אָן מיט אַ פּּראָיעקט וואָס זײַן ציל איז צו פֿאַרשטאַרקן די שטימעס פֿון מחברים וואָס שאַפֿן אויף די שפּראַכן פֿון אייראָפּעיִשע מינדערהייטן. דער פּראָיעקט, וואָס הייסט „פֿאָנע“, ווערט געשטיצט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
דערווײַל האָבן שוין אַכט דראַמאַטורגן, יעדער איינער פֿאַרבונדן מיט אַ לאָקאַלן טעאַטער אין זייער לאַנד, געשאַפֿן און דורכגעפֿירט פּּיעסעס אין זײַן שפּראַך. צווישן זיי איז אויך געווען די ייִדישע פּיעסע „מלך הכּליזמרים“ געשאַפן פֿונעם מוזיקער און דירעקטאָר פֿון „לייוויק הויז“ אין תּל־אָבֿיבֿ — דניאל גלאי.
דער צוויי-שעהיקער ספּעקטאַקל מיט 25 אַקטיאָרן, אונטערן רעזשי פֿונעם מאָלדאָווער ייִדיש־רעדער אַנדריי מונטעאַנו, איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אינעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער אין בוקאַרעשט, רומעניע. דער טעאַטער ווערט אָנגעפֿירט פֿון דער אַקטריסע מאַיאַ מאָרגנשטערן, וועלכע טרעט אויף סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף רומעניש, און אַ מאָל, אין פֿילמען אויף אַנדערע שפּראַכן. קריסטינאַ מאָהאַן איז די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם טעאַטער.
ביז איצט האָט דער פּראָיעקט דורכגיפֿירט פּיעסעס אויף לאַדין (די גרעקאָ-ראָמאַנישע שפּראַך — די עלטסטע אין אייראָפּע), גאַלעגאָ (שפּאַניע), סאָרביש (דײַטשלאַנד), פֿריסק (האָלאַנד), קווען (נאָרוועגיע), ברעטאָן (פֿראַנקרײַך), איריש (אירלאַנד) און ייִדיש (רומעניע און אייראָפּע בכלל).
אין פֿאַרלויף פֿון פֿיר יאָר האָט יעדער טעאַטער וואָס באַטייליקט זיך אינעם פּראָיעקט דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע טעאַטער-נאַכט פֿון מינאָריטעט-שפּראַכן, מיט געסט-טעאַטערס פֿון אַנדערע לענדער. גלאַי איז למשל געווען אַ גאַסט אין שטאָטישן ברונעק-טעאַטער (צפֿון־איטאַליע), וווּּ מע האָט געשפּילט די פּיעסע „קאַליגולאַ“ פֿון יאַקאָ ריגאָ אויף לאַדין; די פּיעסע „אויף דער זײַט פֿון דער לבֿנה“ פֿון לובינאַ הײַדוק-וועליקאָוויטש אין סאָרביש, און אַ פֿראַגמענט פֿון גלאַיס פּיעסע.
דער פּראָיעקט האָט אויך אַרײַנגענומען עטלעכע קהילה-טעאַטער פּראָדוקציעס. דאָס זענען פּיעסעס געשאַפֿענע דורך נישט-פּראָפֿעסיאָנעלע טרופּעס, מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿאַרשידן-יעריקע מיטגלידער פֿון דער קהילה, יעדער אויף זײַן אייגענער מינדערהייט-שפּראַך.
אינעם „פֿאָנע פּראָיעקט“ האָבן זיך אויך באַטייליקט עטלעכע פֿאָרשערס פֿונעם לײַפּציגער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד און פֿונעם גראָנינגען־אוניווערסיטעט אין האָלאַנד. די פֿאָרשער האָבן אינטערווויויִרט די אַרטיסטן און דאָקומענטירט דעם שאַפֿונג-פּראָצעס.
אַ צאָל מענטשן וואָס שטיצן דעם פֿאָנע־פּראָיעקט זאָגן, אַז ער שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם פֿאַרשפּרייטן די ווערטן פֿון טאָלעראַנץ, דעמאָקראַטיע און מולטיקולטוראַליזם, אין אַ צײַט פֿון וואַקסנדיקער אומטאָלעראַנץ און אויטאָריטאַריזם אין אייראָפּע, אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
