ייִוואָ גיט קורס וועגן דער פֿילפֿאַרביקער געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַרגענטינעThe colorful history of Yiddish in Argentina to be taught at YIVO
אַבֿרהם ליכטענבוים וועט אַרומרעדן די השפּעה פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿונעם טאַנגאָ אויפֿן ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ.

אַן אַפֿיש אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1935, מעלדנדיק וועגן אַן אָוונט מיטן גרויסן ייִדישן וואָרטקינדטלער הערץ־גראָסבאַרד Photo by nypl.getarchive.net
יעדן ווינטער פֿירט ייִוואָ אָן מיט מיני־קורסן וואָס אַ טייל פֿון זיי פֿירט מען אויף ענגליש, און אַ טייל — אויף ייִדיש. יעדער קלאַס באַשטייט פֿון פֿיר סעסיעס.
לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿונעם ייִוואָ איז איין קלאַס אויף ייִדיש געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין בוענאָס־אײַרעס, דורך דער פּריזמע פֿון דעם אָרטיקן ייִוואָ־אינסטיטוט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן ייִדישן שפּראַך־פֿאָרשער זלמן רייזען בעת אַ וויזיט אין 1932.
במשך פֿון די פֿיר סעסיעס וועט דער לערער, אַבֿרהם ליכטענבוים, ברענגען מאַטעריאַלן פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָס אַרכיוו און ווערק פֿון אַרגענטינער ייִדישער שרײַבער וועגן דעם לעבן אין די אַגריקולטורעלע ייִשובֿים. מע וועט אויך אַרומרעדן די השפּעה פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿון דער טאַנגאָ־וועלט אויף די ייִדיש־רעדער אין דער גרויסער שטאָט און אין די דערפֿער בעת די ערשטע יאָרן פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע.
ייִוואָ וועט אויך געבן צוויי אַנדערע מיני־קורסן אויף ייִדיש. וועראַ סאַבאָ וועט לערנען אַ קלאַס וועגן די ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס מע פֿלעג איבערגעבן בעל־פּה און וואָס האָבן אַזוי אינטים אָפּגעשפּיגלט די געפֿילן, מוראס און חלומות סײַ פֿון די דערציילער סײַ פֿון די צוהערער.
סטודענטן קענען אויך הערן אַ קורס וועגן דער מאָדערנער ייִדישער פּראָזע. יודזשין אָרנשטיין וועט ברענגען דערציילונגען פֿון שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, יוסף אָפּאַטאָשו און משה נאַדיר, וואָס מע וועט אַנאַליזירן און אַרומרעדן זייער ליטעראַריש־היסטאָרישן קאָנטעקסט.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
