ווידעאָ: איציק האָרן רעדט אויף ייִדיש וועגן זײַנע צוויי זין, פֿאַרכאַפּטע אין עזה VIDEO: Itsik Horn speaks in Yiddish about his two sons, hostages in Gaza
לויט די נײַעס־באַריכטן וועט מען אין גיכן באַפֿרײַען 33 פֿון די ערובֿניקעס אָבער ס׳איז נישט קלאָר צי דאָס נעמט אַרײַן זײַנע זין

Screenshot Courtesy of Beit Leivik
די וואָך האָט מען אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, וווּ איציק האָרן, דער טאַטע פֿון צוויי ערבֿניקעס אין עזה, רעדט אויף ייִדיש וועגן דעם פּײַנלעכן מצבֿ זינט כאַמאַס האָט זיי פֿאַרכאַפּט דעם 7טן אָקטאָבער פֿון קיבוץ ניר עוז.
לויט די לעצטע נײַעס־באַריכטן זעט אויס ווי מע וועט אין גיכן באַפֿרײַען 33 פֿון די 94 ישׂראלים וואָס געפֿינען זיך נאָך צווישן די לעבעדיקע. ס׳איז אָבער נישט קלאָר צי זײַנע זין, יאיר און איתן, וועלן זײַן צווישן די באַפֿרײַטע.
דער ווידעאָ איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך דער ייִדישער קולטור־אָרגאַניזאַציע „בית־לייוויק“, אין תּל־אָבֿיבֿ. עס אינטערוויוירט אים איר דירעקטאָר, דניאל גלאַי.