ווידעאָ: אַ שמועס וועגן ייִדיש אינעם 16טן יאָרהונדערטVIDEO: A talk about Yiddish in the 16th century
קלאַודיאַ ראָזענצווײַג רעדט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין איטאַליע, בפֿרט וועגן אליהו בחורס „בבֿא־בוך“

אַ געמעל פֿון סאָלאָמאָן אַלכּסנדר האַרט, „שׁימחת־תּורה אינעם בית־כּנסת אין לעגהאָרן, איטאַליע
דערוויסט זיך וועגן דער אינטערעסאַנטער געשיכטע פֿון ייִדישע ביכער און דרוקערײַ אינעם 16טן יאָרהונדערט אין דעם ווידעאָ אַרויסגעלאָזט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
קלאַודיאַ ראָזענצווײַג, אַ ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָרין בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט און אַן עקספּערט אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, דערציילט וועגן די ביכער פֿון יענער תּקופֿה ווי, למשל, אליהו בחורס „בבֿא־בוך“ און „קו(קויא)־בוך“. זי רעדט אויך וועגן אַלט־ייִדיש, מיטל־ייִדיש, און דעם אונטערשייד מיטן מאָדערנעם ייִדיש.