Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָראַנזש ווערט אַ סימבאָל פֿון ייִדישן אַבֿלותOrange becomes a symbol of Jewish mourning

דורך דעם קאָליר האָבן ייִדן אַרויסגעוויזן זייער טרויער איבערן גורל פֿון די רויטהאָריקע קינדערלעך אַריאל און כּפֿיר און זייער מאַמען, שירי

זינט די שוידערלעכע אַטאַקן פֿונעם 7טן אָקטאָבער האָבן ייִדן איבער דער וועלט געהאָפֿט און געדאַוונט אַז די ערבֿניקעס וואָס כאַמאַס האָט פֿאַרכאַפּט וועלן אַהיימקומען צו זייערע משפּחות.

איין משפּחה איז באַלד געוואָרן אַ סימבאָל פֿון די אומשולדיקע ערבֿניקעס און פֿון זייער שוידערלעכער געפֿענקעניש: דרײַ מיטגלידער פֿון דער משפּחה ביבס (ביבאַס) — די געלע (רויטהאָריקע) קינדערלעך אַריאל (פֿיר יאָר אַלט) און כּפֿיר (נײַן חדשים אַלט), מיט זייער מאַמען, שירי.

דער אימאַזש פֿון אַן אָראַנזשענעם קוואַדראַט וואָס דער זשורנאַל „טאַבלעט“ האָט מיטוואָך אַרויפֿגעשטעלט אויף אינסטאַגראַם, האָט צוגעצויגן צענדלידער טויזנטער „לײַקס“ Photo by Screenshot/Instagram

טאַקע דערפֿאַר, ווען די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט מיטוואָך באַשטעטיקט דעם טויט פֿון די דרײַ פֿאַכאַפּטע, האָבן ייִדן באַוויינט זייער שרעקלעכן גורל אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ דורך נײַע סימבאָלן פֿון אַבֿלות: אַן אָראַנזשענעם קוואַדראַט און אָראַנזשענע הערצעלעך, אַ רמז אויף אריאלס, כּפֿירס און שיריס האָרקאָליר.

„מיר וועלן נישט פֿאַרגעסן און נישט פֿאַרגעבן,“ האָט איינער געשריבן.

שירי, אירע קינדער און זייער טאַטע, ירדן, זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון קיבוץ ניר עוז און פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין עזה. אין אַ ווידעאָ־פֿראַגמענט אַראָפּגענומען פֿון כאַמאַס און פֿאַרשפּרייט איבער דער אינטערנעץ האָט מען געזען ווי שירי, אַן איבערגעשראָקענע, האַלט די קינדער נאָענט צו זיך.

בילדער פֿון כּפֿיר, דעם ייִנגסטן פֿון די 251 פֿאַרכאַפּטע, און אַריאל זענען געוואָרן צווישן די פֿאַרשפּרייטסטע אימאַזשן פֿון דער ישׂראל־כאַמאַס מלחמה. זייער יונגער עלטער — און זייערע רויטע האָר — האָט בולט אַרויסגעשטאַרצט צווישן די פּנימער פֿון הונדערטער ערבֿנדיקעס וואָס מע האָט געזען אויף פּלאַקאַטן במשך פֿון די וואָכן נאָכן אַטאַק.

דער אימאַזש פֿון אַן אָראַנזשענעם קוואַדראַט, וואָס דער זשורנאַל „טאַבלעט“ האָט מיטוואָך אַרויפֿגעשטעלט אויף אינסטאַגראַם, האָט באַקומען צענדליקער טויזנטער „לײַקס“.

די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די ביבס קינדער האָבן בײַ אַ סך מענטשן סימבאָליזירט דאָס געפֿיל פֿון ישׂראלדיקער אומבאַהאָלפֿנקייט, וואָס איז אין גיכן פֿאַרשאָטנט געוואָרן דורך די פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַציעס, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן נאָכן 7טן אָקטאָבער.

כאַמאַס, וואָס האָט פֿאַרשפּאַרט שירי און די קינדער באַזונדער פֿונעם טאַטן, ירדן, האָט באַפֿרײַט דעם טאַטן דעם 1טן פֿעברואַר.

עס זענען שוין געווען סימנים אַז די דרײַ זענען אומגעקומען, נאָך לאַנג איידער ישׂראל האָט מיטוואָך געמאָלדן די ביטערע בשׂורה. בעת כאַמאַס האָט פֿאַרשפּרייט ווידעאָס פֿון אַנדערע פֿאַרכאַפּטע, האָט מען נישט געזען קיין סימן פֿון שירי און די קינדערלעך זינט דעם 7טן אָקטאָבער. און ווען ישׂראל און כאַמאַס האָבן מסכּים געווען אויף אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד בײַם סוף פֿון 2024 זענען די ביבס קינדער נישט געווען צווישן די ערשטע ערבֿניקעס באַפֿרײַט צו ווערן.

פֿון דעסט וועגן האָבן אַ סך ייִדן נישט אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג, אַז די משפּחה איז על־פּי־נס געבליבן לעבן. אַפֿילו דינסטיק, דעם טאָג פֿאַר דער טרויעריקער מעלדונג, ווען  טעלעוויזיע־קאַנאַלן ווי „ען־בי־סי“ האָבן געשריבן אַז מע האַלט בײַם אומקערן די קערפּערס פֿון דער משפּחה ביבס, האָבן אַ טייל ייִדן קריטיקירט דעם באַריכט, זאָגנדיק אַז ס׳איז צו פֿרי צו פּובליקירן אַזאַ נײַעס.

אַנדערע האָבן אויסגעדריקט כּעס וואָס די קאַנאַלן האָבן געשריבן אַז די משפּחה איז „געשטאָרבן“ אַנשטאָט צו ניצן דאָס וואָרט „דערמאָרדעט“. ביז איצט איז טאַקע נישט קלאָר ווי אַזוי די דרײַ זענען אומגעקומען.

This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.

We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.

This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.

With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.

The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.