ווידעאָ: אַ וואָרענונג פֿונעם מונקאַטשער רבין צו אַמעריקאַנער ייִדן דעם 15טן מאַרץ 1933VIDEO: A warning from the Munkaczer Rebbe to American Jews on March 15, 1933
די קורצע דרשה האָט ער געהאַלטן בעת דער חתונה פֿון זײַן בת־יחידה.

Courtesy of Courtesy of the National Archives and the Steven Spielberg Film and Video Archive of the United States Holocaust Memorial Museum
ס׳איז אַ זעלטענע זאַך צו קענען זען אַ ווידעאָ מיט קלאַנג, וואָס ווײַזט ווי אַ רבי האַלט אַ דרשה אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אויף יוטוב געפֿינט זיך אָבער אַ ווידעאָ פֿונעם מונקאַטשער רבין, ר׳ חיים אלעזר שפּירא, בעת דער חתונה פֿון זײַן בת־יחידה חיה פֿרומע רבֿקה אין מונקאַטש אין די קאַרפּאַטן־בערג (הײַנט — אוקראַיִע) אין 1933. איר חתן איז געווען ברוך יהושה ראַבינאָוויץ, אַ זון פֿון אַדמו״רים (אָנגעזעענע חסידישע פֿירער).
אין מיטן פֿונעם ווידעאָ דריקט דער רבי אויס אַ שטרענגע וואָרענונג פֿאַר יענע ייִדן אין אַמעריקע, וואָס היטן נישט שבת.
טויזנטער מענטשן זענען געקומען צו דער חתונה, אַ סך פֿון זיי — פֿון שטעט איבער אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע. ס׳איז געווען אַזאַ גרויסע געשעעניש אַז מע האָט עס צעפּויקט אין די אָרטיקע מעדיאַ־קוואַלן.
ערבֿ דעם חורבן איז מונקאַטש געווען די גרעסטע און חשובֿסטע ייִדישע קהילה אין די קאַרפּאַטן, באַקאַנט פֿאַר איר רעליגיעזן התלהבֿות און ציוניסטישע טעטיקייטן. לויטן לעצטן צענזוס האַרט פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע, דורכגעפֿירט אין יאַנואַר 1941, האָבן אין מונקאַטש געוווינט 13,488 ייִדן — בערך 42.7% פֿון דער באַפֿעלקערונג.
ר׳ אלעזר שפּירא איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן פֿאַרברענטער אָפּאָזיציע צו ציוניזם, זעענדיק דאָס ווי אַ לייקענונג פֿון דער ביאת־הגואל, דעם קומען פֿונעם משיח. ער האָט זיך אַפֿילו קעגנגעשטעלט דער פֿרומער אָרגאַניזאַציע „אַגודת־ישׂראל“ צוליב איר אַקטיווע שטיצע לטובֿת ארץ־ישׂראל.
דער רבי איז געבוירן געוואָרן אין סטריזשעוו, גאַליציע אין 1871 און געדינט ווי דער ראש פֿונעם בית־דין אין מונקאַטש. אין 1922 האָט מען דאָרט אויפֿגעשטעלט די ישיבֿה „דרכי תּשובֿה“ וואָס האָט צוגעצויגן אַ סך בחורים פֿון שטעט און שטעטלעך איבער אונגערן און טשעכאָסלאָוואַקײַ, ווערנדיק איינע פֿון די גרעסטע ישיבֿות אין אונגערן. די ישיבֿה איז אָנערקענט געוואָרן פֿון די טשעכישע אינסטאַנצן ווי אַן אָפֿיציעלע אינסטיטוציע צו טרענירן רבנים.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
