Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צווישן טרער און מוט — צווישן געדענקען און אומאָפּהענגיקייטBetween tears and courage — between memory and resilience

הירהורים צום 77סטן געבוירן־טאָג פֿון מדינת־ישׂראל

מיט אַ וואָך צוריק: דער געדענקטאָג נאָכן חורבן — אין ישׂראל און אַ ביסל איבער דער גאָרער וועלט.

אין אַ ייִדיש־קלאַס: געדענקט מיט תּלמידים דורך חוה ראָזענפֿאַרבס דער בוים פֿון לעבן — איר טרילאָגיע וועגן דעם לאָדזשער געטאָ.

געשריבן: במשך צענדליקער יאָרן.

אַרויס: אַ דרײַסיק יאָר נאָכן חורבן.

ווידער־געלייענט: אַ פֿופֿציק יאָר דערנאָך. 85 יאָר נאָכן אָפּטאָן דעם געטאָ. 81 יאָר נאָכן אָפּמעקן אים. 77 יאָר נאָכן געבורט פֿון אַן אייגענער מדינה. 18 חדשים נאָך אַן אייגענעם חורבן אין דער אייגענער מדינה.

אויף דער מחיצה צו נאָך אַ יאָר פֿון אומאָפּהענגיקער געפּענטעטקייט.

אין דער טרילאָגיע — אַ גאַנצע געשיכטע און אַ דריטער באַנד.

אין דעם דריטן באַנד — אַ גאַנצער אונטערגאַנג און אַ צוואה.

אין דער צוואה — ברעקלעך זכּרון אין פּאַראַגראַפֿן.

אין יעדן פּאַראַגראַף — זכר און יזכּור.

אין ערשטן פּאַראַגראַף — דער איך און זײַן אַרום:

„מײַן נאָמען איז מיכאל לעווין, דער זון פֿון אלי און מלכּה לעווין. מײַן טאַטן אלין האָבן די דײַטשן דערשאָסן באַלד בײַם אַרײַנקומען קיין לאָדזש. די מאַמע איז אַװעק מיט דער ווישעדלעניע פֿון צוויי און פֿערציקסטן יאָר. איך האָב אַ פֿרוי, דזשוניע צוקערמאַן, די טאָכטער פֿון מאַטילדע און סאַמועל צוקערמאַן. מאַטילדע איז אַװעק מיט דער ווישעדלעניע פֿון צוויי און פֿערציקסטן יאָר און סאַמועל האָט גוטװיליק געקירצט זײַנע טעג כּדי זײַנע טעכטער זאָלן לעבן, אין יאָר נײַנצן דרײַ און פֿערציק. מיר זיצן דאָ באַהאַלטן אין אַ קעלער און אין אַ קעמערל.“

די צוואה: אַ מגילה געווידמעט זײַן אַרום — נאָך־לעבעדיקע און שוין־נישט.

געשריבן פֿון איין האַנט אין איין באַנד פֿון אַ בוך געשריבן פֿון אַן אַנדער האַנט.

געלייענט אין, מיט און פֿון אַן אַנדער אַרום — להבֿדיל טויזנט הבֿדלות.

אַן אַנדער אַרום: אין צוויי טויזנט פֿינף און צוואַנציקסטן יאָר, אין די דלתּ אַמות פֿון אם אֶשכָּחֵך ירושלים.

אַן אַנדער אַרום: אָבער ווידער זכר און יזכּור — אויב איר וועט זיי פֿאַרגעסן — — —

איר: אין ישׂראל און איבער דער גאָרער וועלט —

„מײַן נאָמען איז מ., די טאָכטער פֿון ב. און ט. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן די כאַמאַסניקעס נישט דערשאָסן און נישט פֿאַרכאַפּט אין צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר, ווײַל זיי זײַנען — מזלדיק און צופֿעליק — נישט געווען אין לאַנד וווּ מע לעקט נישט קיין מילך־און־האָניק. איך האָב אַ מאַן, א., דער זון פֿון י. און נ. נ. האָט צו אונדזער גרויס צער, אָבער גאָט צו דאַנקען נישט דערלעבט דעם 7טן אָקטאָבער אין צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר און י׳ס פֿוס האָט באַטראָטן דאָס לאַנד וווּ מע שמעקט בלוט צו אונדזער גרויס גליק בלויז אין יאָר צוויי טויזנט פֿינף און צוואַנציק. מיר — די פֿונעם אַנדערן אַרום — זיצן דאָ פֿאַראָבֿלט־פֿרײַ און געדענקען אין די אַנדערע פֿון אַרום, די וואָס געפֿינען זיך נישט מיט אונדז, ווײַל:

דערשלאָגן, דערשאָסן, פֿאַרגוואַלדיקט, צעהאַקט און צעשטיקלט, אויפֿגעריסן.

און אויך, ווײַל: „נאָך אַלץ באַהאַלטן אין אַ קעלער און אין אַ קעמערל.“

59 שוין־נישט און נאָך־אַלצדיקע: באַגראָבן אין אַ קעלער, אַ קעמערל — טיף אין דער ערד.

חוה ראָזענפֿאַרבס מיכאל לעווין איז ממשיך אין איר צוואה:

„מיט אונדז געפֿינט זיך…“

מיט אונדז וואָס קענען דאָס לייענען אין צוויי טויזנט פֿינף און צוואַנציקסטן יאָר: געפֿינען זיך אַזוי פֿיל — זיי צו לאַנגע יאָרן — וואָס זייערע שוין־נישט — זאָלן זיך מיִען פֿאַר אונדז, רחמנא־לצלן.

און אלה שמותיהם (דאָס זײַנען זייערע נעמען):

„מיט אונדז געפֿינען זיך

— עמיתּ וואָס כּמעט אַ יאָר שוין זוכט אין די מרחקים פֿון דרום־אַמעריקע די שפּורן פֿון עלטערן ברודער עידן דור, וואָס איז אַוועק אונטער דער אויפֿגייענדיקער זון פֿון 7טן אָקטאָבער אין צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר. וועמענס פֿאַרבליבענע רעשטלעך מען האָט געפֿונען מיט 6 טעג שפּעטער. אָן אַ האַנט. עידן דור וואָס האָט דעם 6טן אָקטאָבער אין צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר נאָך געטאַנצט מיט זײַן בעסטן חבֿר רם שלום, וועמענס רעשטלעך זײַנען קיין רעשטלעך נישט פֿאַרבליבן. שוואַרץ. פֿאַרקוילט. רם. אָן. שלום.

און אין מיטן פֿרילינג פֿון צוויי טויזנט פֿינף און צוואַנציקסטן יאָר שרײַבט דניאלה דור: אַ מאָל האָב איך געהאַט אַ ברודער.

— ראָזאַ און דוד, טאַטע־מאַמע פֿון ליליאַנאַ גורעוויטש, איבערגעבליבענע זינטן 7טן אָקטאָבער אין צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר מיט צוויי שווער קראַנקע זין. זייער געזונטע טאָכטער, אַ וויסנשאַפֿטלערין אַ גאון, האָט זיי באַגליקט מיט אַן אייניקלעך־צווילינג, געזונטע און איצט — פֿרישע זין אויף דער עלטער. ליליאַנאַ האָט באַוויזן אויפֿצוטאָן אַ סך. אויך אַרײַנטאַנצן אין איר לעצטן קאַיאָר. איר צווילינג אויפֿכאָווען — נישט:

תּמר און דקל. ווער רופֿט עס, איך בעט אײַך, אַ צווילינג אַ טאָפּעלן טייטל! — איז דעם זיידן דוד געבליבן אַ שמייכל צעריסן אין צווייען.

איז דער באָבען דער רויז פֿון איר ליליע געבליבן אַ טאָפּעלער זיס־זאַפֿטיקער טעם.

— אַסיע וואָס איז אין די לעצטע יאָרן אײַנגעשפּאַנט אין דער ייִדיש־עבֿודה האָט חתונה געהאַט נישט מיטן גענעראַל בכבֿודו־ובֿעצמו, נאָר מיטן ברודער פֿון גדי אײַזענקאָט, באַרימט אין לאַנד פֿון די אָבֿות און אַליין אַן אָבֿ פֿון אַ זון:

גל מאיר אײַזענקאָט, אַ מאָל אַ סאָלדאַט ווי דער טאַטע. אַרויסגעשיקט צו ראַטעווען די אין אַ קעלער, אַ קעמערל. די אין דער ערד. נישט דערראַטעוועט. נישט זיי און נישט זיך.

און אויף אַ משפּחה איז אַראָפּ דער ווינטער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר. אויך אויף אַסיען צוליבן פּלימעניק וואָס מער־נישט.

— צבֿיה מיט די קורצע קרײַזלעך און דעם גוטן שמייכל. מיט דער לעבעדיקער גרייטקייט דורכצושמועסן אַ גראַם, מיט חשק צו ייִדיש, אָן שרעק פֿאַר מכשולים. דעם 7טן אָקטאָבער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר, 11 אַ זייגער אין דער פֿרי, האָט זי געשריבן איר ייִדיש־לערערקע אין ירושלים: „פֿאַראַן קלאַנגען אַז מע׳ט אײַך אָנפֿאַלן. אפֿשר קליגער צו פֿאַרלאָזן איצט די שטאָט? קומט אין זיכערן מקום־מיקלט צו אונדז אין צפֿון כּל־זמן מען קען אַרויס!“

און נאָר אויף צו מאָרגנס האָט איר לערערקע זיך דערוווּסט, אַז אין דער רגע ווען זי האָט פֿאָרגעלייגט אַ מקום־מיקלט, האָט צבֿיה און איר מאַן אורי און די שוועגערין דעבי און דער שוואָגער עמי געציטערט פֿאַר דער פּלימעניצע איילתּ אַרנין וואָס האָט זיך געפֿונען אין דרום, אויף יענער מסיבה (ווי עידן, רם, ליליאַנאַ — נישט איינס, נישט צוויי, נישט דרײַ). אָן אַ מקום־מיקלט.

דעם 9טן אָקטאָבער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר האָט צבֿיה ווײַטער געציטערט. איילתּס ברודער נמרוד אַרנין, אַ מיטאָרגאַניזאַטאָר פֿון יענער מסיבה, האָט זיך מיט מזל געהאַט אָפּגעזוכט.

דעם 10טן אָקטאָבער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר שרײַבט צבֿיה איר לערערקע: „די האָפֿענונג איז פֿאַרלוירן. אַ בחור וואָס איז געווען מיט איילתּ אין בונקערל און האָט מצליח געווען צו בלײַבן לעבן, איז געקומען אין מײַן שוועגערינס היים. ער האָט געזאָגט אַז ער האָט געזען איילתּ, נאָך אַ שאָס פֿון אַ טעראָריסט, ליגן אויף דער ערד אַ פּאָר שעה, זיך נישט רירנדיק.“

איילתּ אַרנין איז געווען אַ זשורנאַליסטקע — ביז די לעצטע רגעס פֿון איר לעבן: מיט איר טעלעפֿאָן האָט זי רעקאָרדירט די אימה און גבֿורה אינעם בונקער וואָס איז קיין מקום־מיקלט נישט געוואָרן.

איילתּ אַרנין איז געפֿאָרן אויף יענער מסיבה מיט איר גוטן פֿרײַנד שׂגבֿ קיזשנער. זיי האָבן צוזאַמען געטאַנצט, אַנטלאָפֿן, זיך באַהאַלטן. געמאַכט אַ לעבן און געפּרוּווט עס אָפּהיטן. צוזאַמען אומגעברענגט געוואָרן. צוזאַמען אויסגעהויכט צוויי לעבנס. זי — 22. ער — 22.

און דאָס זײַנען זייערע לעצטע ווערטער אויף דער רעקאָרדירונג דעם 7טן אָקטאָבער פֿון יאָר צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציק:

„איילתּ, איך האָב דיך ליב.“ — „אויך איך.“

מיט אונדז געפֿינט זיך דער אָפּהילך וואָס שווײַגט נישט און פֿאַרשטומט:

אויך איך אויך איך אויך איך אויך איך אויך איך אויך איך אויך איך

— פּראָבין דאַנגי, געקומען סוף סעפּטעמבער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר אין הייסן פּאַלמענלאַנד אַזש פֿון נעפּאַל. מיט צוויי וואָכן שפּעטער: געדאַרפֿט באַנעמען אין איין שמע־ישׂראל די שכנישע שׂינאה, זי אײַנזאַפּן אין זײַנע אבֿרים, זי דערזען אין גערצחנטן בליק פֿון זײַנע דרײַ בעסטע חבֿרים ראַדזשאַן פֿולאַראַ, פּאַדאַם טאַפּאַ, פּראַבעש באַנדאַרי. דעם 7טן אָקטאָבער פֿון צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר האָבן אמתע רשעים זיי אויפֿגעריסן. צעלעכערט. פּנים־אל־פּנים. האָבן זיי געגוססט נישט פֿאַרשטייענדיק פֿאַר וואָס.

בײַם קיבוץ אַלומים אין דרום פֿון צוגעזאָגטן קיין־אַנדער־לאַנד.

אָן אַן אמתער סיבה — געפֿינען זיי זיך מער נישט מיט פּראָבינען, נישט מיט אונדז.

פּראָבין אָבער געפֿינט זיך יאָ מיט אונדז. אַזוי אויך טויזנטער אַנדערע — טאָ לאָמיר זשע נישט פֿאַרגעסן און בענטשן גומל:

חבֿרים, טאַטע־מאַמעס, באָבע־זיידעס, שוועסטער־ברידער פֿאַריתומטע.

לאָמיר זיי נישט פֿאַרגעסן!

און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן: מיט אונדז געפֿינען זיך זינט יענעם 7טן אָקטאָבער פֿון יענעם צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציקסטן יאָר, 901 פֿרישע יתומים. 602 פֿון געפֿאַלענע און 299 פֿון דערהרגעטע, פֿאַרברענטע, צעפֿעצטע —

אָן אַן אמתער סיבה — געפֿינען די לעצטע זיך אָן אַ טאַטן, אָן אַ מאַמען.

פֿון זיי: 23 קײַלעכדיקע — מיט אונדז און אָן ביידן.

טאָ לאָז זי נישט פֿאַרגעסן — די וועלט וואָס האָט ליב פֿאַרגעסן צאָלן פֿון לעבעדיקע:

די מוטער רחל באַוויינט אירע זין.

אַזוי וואָלט געדאַרפֿט זײַן: די אוניווערסאַלע מוטער רחל — אירע אוניווערסאַלע זין.

פֿאַר וואָס איז די אוניווערסאַלע וועלט נישט מסוגל צו באַוויינען אויך די לעבעדיקע? זיי שענקען מיטגעפֿיל און טרייסט, זיי אונטערגעבן מוט אויף צו לעבן?

זיי צו זען. צו הערן וועגן זיי. צו הערן זיי. בימקום קוילן זייערע קולות.

ווײַל זיי זײַנען נישט גענוג אין צאָל?

גענוג יונג זײַנען זיי, זאָל זיי קומען אַ פּאָרציע רחמים מיט דער ברייטער האַנט: אַלע אונטער 18. קינדער. לעבעדיקע יתומים.

און אפֿשר שוין מער ווי 901.

טאָ לאָמיר זשע זיי באַוויינען, ווײַל ווער עס פֿאַרגעסט אין זיי, ווערט אויס מענטש.

און זיי געפֿינען זיך מיט אונדז. אונדזער טרייסט קען זיי שטאַרקן.

און מיט אונדז געפֿינען זיך נאָך אַנדערע, אַחוץ די וואָס פֿאַרזעען די לעבעדיקע יתומים און וואָס זייער רחמנות קען בלויז איין זײַט:

די וואָס ספֿקן אין דעם קיום־רעכט פֿון מדינת־ישׂראל און די וואָס שעלטן איר אַרמיי.

גלוסט זיך מיר צו טאָן אַ תּפֿילה צו פֿאַרחתמען דאָס איצטיקע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון יענער צוואה (פֿון ראָזענפֿאַרבס פֿעדער און לעווינס האַנט, צי געדענקסטו, חשובֿער לייענער?).

אַ געבעט פֿאַרוואָרצלט אין בוים פֿון לעבן. אַ געבאָט אויף דער מחיצה צווישן טרער און מוט, צווישן געדענקען און אומאָפּהענגיקייט:

אַ מדינה קומט אויף און מיט איר אַן אַרמיי. די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל טראָגט אַ נאָמען: ישׂראלס פֿאַרטיידיקונגס־אַרמיי. דאָס איז מחייבֿ.

דעם 7טן אָקטאָבער אין יאָר צוויי טויזנט דרײַ און צוואַנציק האָט כאַמאַס אַטאַקירט ישׂראלדיקע ייִשובֿים און בירגער און מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

אָן קיין באַרעכטיקונג. אָן קיין שום רעכט.

די פֿאַרטיידיקונגס־אַרמיי אָבער איז געבליבן שולדיק. הפֿקר אַ מדינה! קיין שוץ, קיין הילף, קיין האָפֿענונג.

נאָר לאָמיר זיך נישט נאַרן און לאָמיר זשע נישט פֿאַרגעסן:

אויב נישט די ישׂראלדיקע אַרמיי יענעם טאָג אין יענעם יאָר, וואָלטן הײַנט געווען אַ סך מער יתומים — ייִדן, אַראַבער, דרוזן, טײַלענדער, נעפּאַלער און מענטשן איבער דער גאָרער וועלט. פֿונעם ירדן ביזן ים וואָלט געהערשט אַן אידעאָלאָגיע פֿון אַכזריות, הריגה און אָפּמעק אין פֿאַלשן נאָמען פֿון אַ פֿאַרגוואַלדיקטער געטלעכקייט אַלאַ גאָט.

טאָ לאָז זי נישט פֿאַרגעסן, די גאָרע וועלט — אין די אוניווערסאַלע ווערטן:

פֿרײַהייט פֿאַר אַלע — אויך פֿאַר ביפּין דזשאָשי, פּראָבינס לעצטן נעפּאַלער חבֿר וואָס געפֿינט זיך נאָך נישט מיט אונדז, נאָך אַלץ אין עזה.

(צי האָסטו אים שוין פֿאַרגעסן, חשובֿע וועלט?)

גרייטקייט צו שלום אָן וואָפֿן בײַ אַלע — אויך די וואָס פּריידיקן טעראָר.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.