Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי אַנטי־ישׂראלדיקע לאָזונגען האָבן דערפֿירט צום מאָרד פֿון אַ ייִדיש פּאָרל אין וואַשינגטאָןHow anti-Israel slogans led to the murder of a Jewish couple in Washington DC

ס׳איז געקומען די צײַט, אַז די אַנטי־ישׂראל־באַוועגונג זאָל זיך אָפּגעבן אַ חשבון־הנפֿש.

נעכטן בײַ נאַכט, דעם 21סטן מײַ, איז אַ יונג ייִדיש פּאָרל — ירון לישינסקי און שׂרה מילגרים, ביידע באַאַמטע פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע — דערשאָסן געוואָרן צום טויט בעת אַן אונטערנעמונג אין וואַשינגטאָן. לויט די נײַעס־באַריכטן האָבן זיי געהאַלטן בײַם פֿאַרקנסט ווערן. דעם טעראָריסט, עלײַאַס ראָדריגעז, האָט מען גלײַך אַרעסטירט און דער מאָרד ווערט איצט באַצייכנט דורך אַ סך ייִדישע פֿירער ווי אַן אַנטיסעמיטישער אַטאַק.

דער ווײַטערדיקער אַרטיקל איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון ענגליש. צו לייענען דעם אָריגינאַל, גיט אַ קוועטש דאָ.

 

ס׳איז געקומען די צײַט, אַז די אַנטי־ישׂראל־באַוועגונג זאָל זיך אָפּגעבן אַ חשבון־הנפֿש.

דער קאַלט־בלוטיקער מאָרד פֿון ירון לישינסקי און שׂרה מילגרים אין וואַשינגטאָן נעכטן בײַ נאַכט דאַרף דינען ווי אַ קלאָרער סימן אַז מע מוז באַגראָבן דעם אַבסורדן גלויבן אַז דער איינציקער אופֿן צו „באַפֿרײַען די פּאַלעסטינער“ איז אָפּצושאַפֿן די ייִדישע מדינה.

איצט פֿאַרשטייען מיר אַז אַזאַ אידעאָלאָגיע קען דערפֿירן צו אַ מאָרד.

דער באַרעכטיקטער קאַמף פֿאַר פּאַלעסטינער רעכט, די נייטיקע אָפּאָזיציע צו דער איצטיקער ישׂראלדיקער רעגירונג מיט איר האַרץ פֿון שטיין און איר פּאָליטיק וואָס שאַט ישׂראל מער ווי עס העלפֿט איר; דער וויכטיקער ציל צו מוטיקן ישׂראלים און די פּאַלעסטינער צו אַרבעטן צוזאַמען — די אַלע זאַכן „פֿאַרכאַפּט געוואָרן“ דורך אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַוועגונג וואָס איז פֿאַרסמט געוואָרן דורך בלוט־פֿאַרגיסונג און שׂינאה.

ניין, נישט אַלע וואָס מאַרשירן לטובֿת אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד אָדער אין סאָלידאַריטעט מיט די לײַדנדיקע אײַנוווינער פֿון עזה, רופֿן צו אַ סוף פֿוון מדינת־ישׂראל.

אָבער ווען די דעמאָנסטראַנטן שרײַען „אינטיפֿאַדאַ! רעוואָלוציע!“ און „יעדער מיטל איז כּדאַי“ (“By any means necessary”) איז דאָס אַן אומדירעקטער רוף צו בלוט־פֿאַרגיסונג. די גאַסן־דעמאָנסטראַנטן און די קעמפֿער אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ קווענקלען נישט צו דערקלערן אַז ישׂראל האָט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן  — אַ געדאַנק וואָס גיט אָנצוהערן אַז במילא האָבן די ישׂראלים אַליין נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן.

אָט דער געדאַנק איז שוין געווען גאַנץ קלאָר בײַ אַ גרויסן טייל פֿון דער פּראָ־פּאַלעסטינער באַוועגונג. דער מענטש וואָס האָט אומגעבראַכט דאָס פּאָרל, שרײַענדיק „באַפֿרײַט פּאַלעסטינע“ און „דאָס האָב איך געטאָן לטובֿת עזה“ איז אַ 30־יאָריקער מאַנסביל, עלײַאַס ראָדריגעז פֿון שיקאַגע.

זײַן נאָמען און אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אים (אָדער פֿון עמעצער וואָס זעט אויס פּונקט ווי ער) געפֿינט זיך אין אַן אַרטיקל פֿון 2017 אין דער ווירטועלער פּובליקאַציע, „ליבעריישאָן“, אַרויסגעלאָזט פֿון דער „פּאַרטיי פֿאַר סאָציאַליזם און באַפֿרײַונג“. דעם 8טן אָקטאָבער 2023 האָט אַ פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, יודזשין פּורייִר, עפֿנטלעך זיך געוויצלט וועגן דער כאַמאַס־שחיטה פֿון 270 באַזוכער פֿונעם נאָוואַ מוזיק־פֿעסטיוואַל.

מע דאַרף דאָ צוגעבן אַז יענע מאַניפֿעסטאַציע און פּורייִרס ווערטער זענען פֿאָרגעקומען זעקס יאָר איידער ישׂראל איז אַרײַן אין עזה. די אידעע, אַז דער איינציקער אופֿן צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע איז צו הרגענען ייִדן, איז שוין צענדליקער יאָרן לאַנג געווען אײַנגעבאַקן אין דער אַנטי־ישׂראלדיקער באַוועגונג.

דאָס איז דער סם וואָס ראָדריגעז האָט געטרונקען. נעמענדיק אין באַטראַכט ווי לאַנג מע שפּײַט שוין אויס שׂינאה־רייד, וואָס דעמאָניזירט ישׂראל און די ישׂראלים, סײַ פֿונעם לינקן, סײַ פֿונעם רעכטן פֿליגל, איז נישט קיין חידוש וואָס אַ צעדרייטער פֿרײַהייט־קעמפֿער האָט באַשלאָסן טאַקע צו פֿאָלגן  די באַפֿעלן פֿון דער „אינטיפֿאַדע“.

איז דער מענטש אַרײַן אין אַ ייִדישן מוזיי וווּ דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט“ האָט געפֿירט אַ זיצונג מיט יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פֿירער, און גענומען שיסן.

„ווי אַזוי וועלן די אײַנוווינער פֿון עזה אָדער פּאַלעסטינע געניסן פֿון אַזאַ גרויליקער אומדערוואַרטער רציחה?“ האָט אַכמעד פֿואַד אַלכאַטיב, אַן עזה־געבוירענער מיטגליד פֿונעם „אַטלאַנטיק קאַונסיל“, געשריבן אויף „עקס“ (דעם אַמאָליקן „טוויטער“) נאָכן שיסערײַ.

דער ענטפֿער איז: זיי וועלן נישט געניסן פֿון דעם. אויב רציחה וואָלט געווען די לייזונג פֿאַרן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, וואָלט מען עס געלייזט מיט הונדערט יאָר צוריק.

די איראָניע דאָ איז, אַז בשעת אַלץ מער מענטשן אין דער אַראַבישער וועלט פֿאַרשטייען דאָס שוין, חלומען זייערע „ראַטירער“ אין דער מערבֿ־וועלט נאָך אַלץ וועגן דער ליקווידירונג פֿון מדינת־ישׂראל.

די מענטשן וואָס האָבן צום מערסטן געליטן פֿון ישׂראלס מיליטערישער אָפּעראַציע באַשולדיקן איצט די גרופּע וואָס האָט דאָס גורם געווען — כאַמאַס. אָבער אַנשטאָט אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט יענע פּאַלעסטינער, זענען צו פֿיל אַמעריקאַנער דעמאָנסטראַנטן געוואָרן אַפּאָלאָגעטן, פֿאַרטיידיקער פֿון כאַמאַס, חזרן איבער זייער רעטאָריק און באַרעכטיקן זייער רציחהדיקייט.

און אין וואַשינגטאָן האָט אַ געוויסער קראַנקער מענטש באַשלאָסן צו פֿאָלגן די כאַמאַס־שטיצער, טוענדיק דאָס וואָס זיי האָבן שוין לאַנג געפּריידיקט.

די רעאַקציע פֿון דער אַנטי־ישׂראלדיקער באַוועגונג וועט זײַן אַ באַטײַטיקע. וועלן אירע פֿירער באַרעכטיקן דעם מאָרד פֿון די צוויי ייִדן, און ווײַטער דעמאָניזירן די ישׂראלים? אָדער וועלן זיי אויפֿהערן שטיצן בלוט־פֿאַרגיסונג און די געפֿערלעכע רעטאָריק וואָס מוטיקט דאָס? וועלן זיי באַשליסן צו שטיצן יענע פּאַלעסטינער און ישׂראלים וואָס אַרבעטן צוזאַמען לטובֿת אַ פֿרידלעכער, יושרדיקער לייזונג און קאָ־עקזיסטענץ? אין דעם טראַגישן, שרעקלעכן מאָמענט, איז געקומען די צײַט זיך אָפּצוגעבן אַ חשבון־הנפֿש.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.