איז די רוסישע רעװאָלוציע געװען גוט אָדער שלעכט פֿאַר ייִדן?Was the Russian Revolution good or bad for the Jews?
די נײַע סאָוועטישע מאַכט האָט געעפֿנט פֿאַר ייִדן קאַריערעס אין דער אַדמיניסטראַציע, אַרמײ, אינדוסטריע און װיסנשאַפֿט.

וולאַדימיר לענין רעדט פֿאַרן עולם אין פּעטערבורג אין 1917, גלײַך פֿאַר דער אָקטאָבער רעוואָלוציע Photo by Wikimedia Commons
דאָס ערשטע יאָרצענדליק פֿון דער סאָװעטישער מאַכט איז געװען די תּקופֿה פֿון גרױסע האָפֿענונגען פֿאַר סאָװעטישע ייִדן, אָבער די רדיפֿות זענען מיט דער צײַט געװאָרן אַלץ ערגער.
כּדי צו באַהאַנדלען די דאָזיקע פֿראַגע, דאַרף מען איבערלײענען דעם ערשטן באַנד אין דער סעריע „ייִדן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד: אַ געשיכטע“ װאָס איז געװידמעט דער תּקופֿה צװישן די יאָרן 1917 און 1930. עליסאַ בן־פּורת (קװינס־קאָלעדזש) הײבט אָן איר שטודיע אַזױ: „דאָס זײַנען געװען די בעסטע צײַטן, דאָס זײַנען געװען די ערגסטע צײַטן.“ און טאַקע, איר דערצײלונג איז אַ מין אומרו, װאָס שאָקלט זיך צװישן די גוטע און די שלעכטע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער דערפֿאַרונג אונטער דעם נײַעם סאָװעטישן רעזשים.
לכתּחילה זײַנען ייִדן ניט געװען איבעריק באַגײַסטערט פֿונעם באָלשעװיסטישן רעזשים. אָבער די ערשטע, דעמאָקראַטישע רעװאָלוציע אין פֿעברואַר פֿון 1917 האָט בטל געמאַכט דעם צאַרישן תּחום־המושבֿ און אַנדערע אַנטי־ייִדישע געזעצן. דאָס האָבן ייִדן אין רוסלאַנד און אַנדערע לענדער אױפֿגענומען מיט התלהבֿות, און אַ היפּשע צאָל פּאָליטישע אימיגראַנטן, צװישן זײ לעװ טראָצקי און בער באָראָכאָװ, האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם ניו־יאָרקער גלות אינעם נײַעם רעװאָלוציע־לאַנד. דאָס האָט גורם געװען דעם אױפֿבלי פֿון פּאָליטישער אַקטיװיטעט בײַ ייִדן אין רוסלאַנד. פֿאַרשײדענע פּאַרטײען, קודם־כּל ציוניסטן און דער בונד, האָבן פֿאָרגעלײגט זײערע פּראָגראַמען צו בױען אַ נײַע צוקונפֿט פֿאַר ייִדן.
אָבער די צװײטע רעװאָלוציע, אין אָקטאָבער פֿונעם זעלביקן יאָר, האָט מבֿטל געמאַכט זײערע פּלענער. אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן געצױגן חיונה פֿון קלײנע געשעפֿטן. אין הסכּם מיט דער מאַרקסיסטישער טעאָריע, האָבן די באָלשעװיקעס געהאַלטן די הענדלער פֿאַר אַ בורזשואַזן קלאַס־שׂונא. אָבער װאָס האָט יאָ צוגעצויגן די ייִדן צו די באָלשעװיקעס זײַנען געװען די בלוטיקע פּאָגראָמען און הריגות בשעתן בירגערקריג צװישן 1918 און 1921. אַלע אַרמײען, און די רױטע אַרמײ בתוכם, זײַנען געװען שולדיק דערין אָבער די רױטע קאָמאַנדירן האָבן שטרענג באַשטראָפֿט זײערע פּאָגראָמשטשיקעס, אָפֿטמאָל פֿאַרמשפּט זײ צום טױט. אַזױ אַרום האָבן ייִדן באַטראַכט די רױטע אַרמײ און די סאָװעטישע מאַכט װי זײער אײנציקע באַשיצונג.
היסטאָריש זײַנען ייִדן געװען מער מאָביל און בעסער געבילדעט אײדער דאָס רובֿ אַרומיקע פֿעלקער. די סאָװעטישע מאַכט האָט זיך גענײטיקט דװקא אין אַזאַ מין קאַדרעס, און געעפֿנט פֿאַר ייִדן נײַע קאַריערעס אין דער אַדמיניסטראַציע, אַרמײ, אינדוסטריע, װיסנשאַפֿט, קונסט און ליטעראַטור. דאָס װאָלט ניט געװען מעגלעך אונטער דעם צאַרישן רעזשים.
אָבער אױפֿן דאָזיקן װעג זײַנען אױך געװען האַרבע מניעות. ניט געקוקט אױף די קאָמוניסטישע לאָזונגען, האָט די סאָװעטישע מאַכט ניט געגעבן גלײַכע רעכט צו אַלע בירגער. עס איז געװען אַ ספּעציעלע לעגאַלע קאַטעגאָריע פֿון „לישענצעס“, מענטשן בײַ װעמען די מאַכט האָט אָפּגענומען פּאָליטישע און בירגערלעכע רעכט. דאָס זײַנען געװען די, װאָס האָבן אַ מאָל געהערט צום בורזשואַזן קלאַס, דאָס הײסט, געהאַט אַן אײגענעם געשעפֿט, װי קלײן און אָרעם עס זאָל ניט זײַן. זײ האָבן באַצאָלט העכערע שטײַערן, ניט געמעגט נוצן מלוכישע מעדיצינישע אַנשטאַלטן, און זײערע קינדער האָט מען ניט געלאָזט זיך לערנען אין הױכשולן.
די פּאָליטיק פֿון אַרױסשטױסן פּריװאַטע אונטערנעמונגען פֿון דער סאָװעטישער װירטשאַפֿט האָט עקאָנאָמיש רויִנירט אַ סך ייִדן אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. כּדי צו לײזן די פּראָבלעם פֿון ייִדישן דלות, האָט די סאָװעטישע מאַכט אָנגעהױבן אַ פּראָיעקט פֿון איבערזידלען ייִדן אין לאַנדװירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים. עס איז אינטערעסאַנט, װאָס אײנצײַטיק מיט די סאָװעטישע קאָלװירטן האָבן די ציוניסטן געהאַט זײערע ייִשובֿים, װוּ מען האָט צוגעגרײט יונגע חלוצים פֿאַר עליה. ביזן מיטן פֿון די 1920ער יאָרן איז די סאָװעטישע מאַכט געװען רעלאַטיװ טאָלעראַנט צו די לינקע ציוניסטישע גרופּעס װי „החלוץ“.
אינעם יאָר 1927 האָט דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרװערטס“, אַב קאַהאַן, באַזוכט דעם ציוניסטישן ייִשובֿ „תּל־חי“ אין קרים בעת זײַן רײַזע איבערן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק האָט אױף אים געמאַכט דאָס האָדעווען חזירים אינעם קיבוץ, שרײַבט בן־פּורת. אָבער ערשט מיט אַ יאָר שפּעטער האָט די סאָװעטישע מאַכט פֿאַרמאַכט דעם ייִשובֿ און אַרעסטירט די פֿאַרװאַלטונג. די צײַט איז נאָך געװען רעלאַטיװ ליבעראַל, און אײניקע חלוצים האָט די סאָװעטישע מאַכט דערלױבט אַװעקצופֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל. דער הױפּט־שׂונא פֿון ציוניסטן איז דעמאָלט געװען ניט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ נאָר די „ייִדישע סעקציע“ בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װאָס האָט געהאַלטן ציוניסטן פֿאַרן אידעאָלאָגישן קאָנקורענט אױף דער ייִדישער גאַס.
אַ סך װײניקער טאָלעראַנץ האָט די סאָװעטישע מאַכט אַרויסגעוויזן צו רעליגיע. אין דעם זין האָט מען ניט געמאַכט קײן חילוק צװישן קריסטן, בודיסטן, מוסולמענער און ייִדן. אײנער פֿון די סאַמע פֿאַרברענטע קעמפֿערס קעגן דער ייִדישער אמונה איז געװען די אַמאָליקע בונדיסטקע אסתּר פֿרומקין. אינעם רוסישן ביכל „אַראָפּ מיט די רבנים!“ האָט זי געפֿאָדערט, מען זאָל „ליקװידירן דעם חדר מיטן טױטאורטײל“ און שיקן רבנים אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. די רדיפֿות קעגן רבנים און אַנדערע כּלי־קודש זײַנען געװאָרן ערגער סוף־1920ער יאָרן, װען סטאַלין האָט פֿאַרשטאַרקט זײַן דיקטאַטאָרישע מאַכט.
די אַנטי־רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע, שרײַבט בן־פּורתּ, האָט זיך ספּעציעל געװענדט צו ייִדישע פֿרױען. די סאָװעטן האָבן געװאָלט זײ באַפֿרײַען פֿון דער מאַנסבילשער מאַכט און זיי צוציִען צו דער אַרבעט. בדרך־כּלל קען מען זאָגן, אַז די אַנטי־רעליגיעזע קאַמפּאַניע האָט דערגרײכט אירע צילן. דער יונגער דור סאָװעטישע ייִדן, בפֿרט אין די גרױסע שטעט, האָט ניט געהיט שבת, ניט געהאַלטן כּשרות און ניט געוווּסט ווי צו דאַװענען.
בן־פּורתס בוך איז פֿול געפּאַקט מיט לעבעדיקע פּרטים, װאָס לאָזן פֿילן דעם טעם פֿון יענער תּקופֿה. זי ניצט הונדערטער מקורים, אַזעלכע װי מלוכישע דאָקומענטן, צײַטונגען און פּריװאַטע בריװ, װאָס שפּיגלען אָפּ ביז גאָר פֿאַרשײדענע צדדים, פֿינצטערע און ליכטיקע, פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון ייִדישע מענער און פֿרױען אונטער דער סאָװעטישער מאַכט. זי פֿאַרסך־הכּלט: „די נײַע סיסטעם האָט געשאַפֿן פֿאַר ייִדן די סאַמע בעסטע פּאָליטישע באַדינגונגען. דאָס װאָלט ניט געװען מעגלעך אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע און אין אַ סך אײראָפּעיִשע מלוכות פֿון יענער צײַט.“
אַ היפּשע צאָל ייִדן, בפֿרט יונגע און גרױס־שטאָטישע, האָבן זיך צוגעכאַפּט צו די נײַע מעגלעכקײטן און זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם סאָװעטישן רעזשים. אָבער בײַ אַ סך אַנדערע, דער עיקר עלטערע און קלײן־שטעטלדיקע, האָט די סאָװעטישע מאַכט צוגענומען זײער האָב־און־גוטס, סאָציאַלן סטאַטוס, צומאָל זײער פֿרײַהײט און אַפֿילו זײער לעבן. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די קומעדיקע יאָרצענדליקער, די 1930ער און די 1940ער יאָרן, זײַנען דאָס געװען בדרך־כּלל גוטע יאָרן פֿאַר סאָװעטישע ייִדן.