ווידעאָ: אַ חסיד פֿאָרט קיין איראַן צו געפֿינען אסתּר המלכּהס קבֿרVIDEO: Hasidic Jew goes to Iran to find Queen Esther’s tomb
אַבֿרהם שוואַרץ איז געפאָרן אַהין מיט דרײַ חדשים צוריק, נישט וויסנדיק אַז אין גיכן וועט צווישן איראַן און ישׂראל אויסברעכן אַ מלחמה.

אַבֿרהם שוואַרץ באַקענט זיך מיט אַן אימאַם לעבן די קבֿרים פֿון אסתּר המלכּה און מרדכי הצדיק Courtesy of Abraham Schwartz
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט אַבֿרהם שוואַרץ, אַ חסידישער ייִד, זיך אונטערגענומען צו פֿאָרן קיין איראַן, כּדי צו באַזוכן די קבֿרים פֿון די צוויי פּורים־העלדן, אסתּר המלכּה און מרדכי הצדיק.
ווי ער דערציילט אינעם אַרײַנפֿיר, האָט מען אים געעצהט זיך צו פֿאַרשטעלן, כּדי מענטשן זאָלן נישט וויסן אַז ער איז ייִד — בפֿרט ווײַל די איראַנישע פֿירער רופֿן כּסדר צו פֿאַרטיליקן מדינת־ישׂראל. ער האָט אָבער באַשלאָסן דווקא זיך נישט צו פֿאַרשטעלן.
די נסיעה האָט ער פֿילמירט ניצנדיק אַ פּאָרטאַטיוון דרײַפֿוס, נישט וויסנדיק אַז אין גיכן וועט זיך אָנהייבן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און איראַן, ווען אַזאַ וויזיט וועט זײַן אוממעגלעך.