אַב קאַהאַנס נאָוועלע „יעקל“ ווערט מגולגל אין אַן אָפּערעAb Cahan’s novella “Yekl” transformed into an opera
דער קאָמפּאָזיטאָר דן שאָר האָט זיך אינספּירירט פֿונעם פֿילם „העסטער סטריט“, וואָס איז אויך באַזירט אויף דער נאָוועלע

אַ סצענע אין דער אָפּערע „גרינע“, אַפּריל 2025 Courtesy of Boston Conservatory at Berklee College of Music
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
דער קאָמפּאָזיטאָר דן שאָר האָט לאַנג געהאַט אַ חשק צו קאָמפּאָנירן אַן אָפּערע אינספּירירט פֿון „יעקל“ — די נאָװעלע פֿון יאָר 1896 אָנגעשריבן פֿון אַב קאַהאַן, דער גרינדער פֿונעם פֿאָרװערטס. איצט װערט שאָרס חלום מקוים מיט זײַן אָפּערע „גרינע“ (Greeners). כאָטש ער האָט זי נאָר לעצטנס אָנגעהױבן אױסצוקאָמפּאָנירן ציט זי שױן דעם אױפֿמערק בײַ מוזיקערס. און ייִדישיסטן מעגן װיסן אַז „גרינע“ באַניצט אַ היפּש ביסל ייִדיש.
שאָר האָט מיר דערציילט אַז ער האָט ערשט געלײענט „יעקל“ װי אַ ביז־גראַדויִר סטודענט. אינעם זעלביקן קלאַס האָט ער אויך געזען דעם פֿילם העסטער סטריט, אַ באַאַרבעטונג פֿון דער נאָװעלע. װי דאָס אוראײניקל פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן איז ער פֿאַרכאַפּט געװאָרן. שוין דעמאָלט האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אָפּערע באַזירט אױף דער מעשׂה.
קאַהאַן האָט אָנגעשריבן „יעקל“ אױף ענגליש נאָר פֿערצן יאָר נאָך זײַן אײגענער עמיגראַציע פֿון װילנע, װוּ ייִדיש איז געװען זײַן הױפּטשפּראַך. די נאָװעלע באַשרײַבט דעם שװערן פּראָצעס פֿון אַמעריקאַניזירונג, װאָס ער אַלײן האָט דורכגעמאַכט און אָבסערװירט אין זײַן סבֿיבֿה. דער דאָזיקער פּראָצעס איז אױך דער פֿאָקוס פֿון „גרינע“. דער טיטל איז אַ ייִדיש װאָרט פֿאַר נײַ־געקומענע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. מיט דער צײַט האָבן זיך אַזעלכע אימיגראַנטן „אױסגעגרינט“ — דאָס הײסט, זײ האָבן זיך אױסגעלערנט ענגליש, און זיך צוגעװױנט צו אַמעריקאַנער מינהגים.
בײַ שאָרן, װאָס איז דער מחבר פֿונעם ליברעטאָ פֿון „גרינע,“ װי אױך דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון דער מוזיק, איז ייִדיש אַ װיכטיקער טײל פֿונעם דערצײלן די דאָזיקע מעשׂה. שױן צען יאָר לערנט ער זיך ייִדיש בײַם אַרבעטער רינג און ייִװאָ, אַזוי אַז ער איז שוין גוט באַהאַוונט אין דער שפּראַך.
„איך װיל אױסמאָלן אין דער אָפּערע דעם בהדרגהדיקן איבערגאַנג פֿון ייִדיש אױף ענגליש בײַ די גרינע. אין אָנהײב באַניצן זײ אַ סך װערטער און פֿראַזעס אױף ייִדיש. ביסלעכװײַז מישן זײ אַרײַן אַלץ מער ענגליש, אָבער לאַװ־דװקא אַ גראַמאַטיש אָדער אידיאָמאַטיש ענגליש. בײַם סוף װערט דאָס ענגליש פֿליסיקער. אַזױ הערט דער עולם װי די פּערסאָנאַזשן גרינען זיך אױס,“ האָט ער געזאָגט.
שאָר באַאַרבעט אױך דעם סיפּור־המעשׂה פֿון קאַהאַנס „יעקל“ כּדי אױסצופֿאָרשן װײַטערדיקע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע. סײַ די נאָװעלע סײַ די אָפּערע באַניצן אַן ענלעך גערעם, אָבער מיט געוויסע אונטערשײדן. אין בײדע ווערק װױנט יעקל („דזשײק“ אױף ענגליש) שױן דרײַ יאָר אױף דער איסט־סײַד, װוּ ער גייט פֿאַרברענגען מיט מײמין, אַ שאַרמאַנטע פֿרױ װאָס האָט אױך אַ ביסל אײגן געלט.
אין דער נאָװעלע האָט דזשײק אָבער אַ פֿרום ווײַבל, גיטל, אין אײראָפּע. ער ברענגט זי אַריבער קײן ניו־יאָרק מיט זײער זונעלע, נישט געקוקט אױף זײַנע געמישטע געפֿילן װעגן דעם. אין „גרינע,“ װאָס קומט פֿאָר אין 1921 (און נישט אין 1896 ווי אין „יעקל“), מײנט דזשײק אַז גיטל איז אומגעקומען בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. װען זי באַװײַזט זיך אין ניו־יאָרק מיטן קינד איז עס אים אַ שאָק אַז ער איז נישט קײן אַלמן.
מיט דער דאָזיקער ענדערונג האָט שאָר אָנערקענט אַ פּאַסירונג פֿון דער אײגענער משפּחה־געשיכטע.
„מײַן עלטער־זײדע האָט אימיגרירט קײן אַמעריקע און דאָ געװױנט יאָרן לאַנג, ניט־וויסנדיק אױב זײַן פֿרױ איז אומגעקומען אָדער נישט בעת דער מלחמה. אין זײַן פֿאַל איז ער סוף־כּל־סוף געװױר געװאָרן אַז זי איז יאָ אומגעקומען. בײַ דזשײקן איז דער סוף אַן אַנדערער,“ האָט ער געזאָגט.
שאָר נעמט אױך אַרײַן אין דער אָפּערע אַן איבערלעבונג פֿון זײַן עלטער־באָבען:
„אין דער אָפּערע װײסט דזשײק נישט אַז גיטל איז אָנגעקומען אין ניו־יאָרק, װאַרט ער זי נישט אָפּ אין עליס אײַלאַנד. מען פֿאַרהאַלט זי דערפֿאַר איבערנאַכט כּמעט װי אין תּפֿיסה. אַזױ איז טאַקע געשען מיט מײַן עלטער־באָבען, װעמענס משפּחה האָט אַ פּנים נישט געװוּסט פּונקט װען זי וועט אָנקומען אין ניו־יאָרק.“
אין דער נאָװעלע גט זיך דזשײק מיט גיטלען װײַל ער שעמט זיך מיט איר טראַדיציאָנעלן שטײגער לעבן, אַפֿילו װען זי טוט אױס דאָס שײטל און טראָגט אַמעריקאַנער קלײדער. אין „גרינע“ איז בײַ דעם פּאָרפֿאָלק אויך נישטאָ קיין שלום־בית. זײ װױנען אין אײנעם אַ שטיק צײַט, אָבער דערנאָך ווערט גיטל געװױר אַז דזשײק שפּילט נאָך אַלץ אַ ליבע מיט מײמין. גיטל און דזשייק גטן זיך, און ער האָט טאַקע חתונה מיט מײמין. גיטל װעט חתונה האָבן מיט בערנשטײנען, אַ פֿרומען װױלן ייִד װאָס האָט ביז דעמאָלט געװױנט בײַם פּאָרפֿאָלק װי אַ קװאַרטיראַנט.
„אין מײַן נוסח איז דזשײקס כאַראַקטער אַ ביסל פֿאַרװײכערט, װײַל ער װײסט נישט אַז גיטל לעבט נאָך װען ער הײבט אָן די ליבע מיט מײמין. און ער פּרוּװט טאַקע צו װױנען בשלום מיט גיטלען. אָבער בײַם סוף ווערט קלאָר אַז ער קען זיך נישט בײַטן, און גיטל װעט געוויס זײַן גליקלעכער מיט בערנשטײנען,“ האָט שאָר געזאָגט.
כאָטש „גרינע“ איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט הײבט מען שוין אָן אויפֿצופֿירן טײלן דערפֿון. לעצטנס האָבן סטודענטקעס אין דער באָסטאָנער קאָנסערװאַטאָריע בײַ בערקלי מוזיק־קאַלעדזש, װוּ שאָר איז אַ פּראָפֿעסאָר, אינסצענירט צװײ סצענעס פֿאַר אַן עולם. אָט איז אַ רעקאָרדירונג פֿון דער סצענע װוּ פֿעני, אַ יונגע פֿרױ װאָס קען גוט דזשײק, װאָרנט גיטל אַז דזשײק פֿירט נאָך אַלץ אַ ליבע מיט מײמין. אָט איז די סצענע װוּ גיטל בעט הילף בײַ צװײ פֿרױען װײַל זי װיל זיך פֿאַרשענערען אויף אַן אַמעריקאַנער אופֿן כּדי צו געפֿעלן דזשײקן. און דאָ קען מען הערן דאָס װיגליד װאָס גיטל זינגט צו איר זון װען זײ נעכטיקן אױף עליס אײַלאַנד צװישן פֿרעמדע מענטשן אין אַן אומבאַקאַנט לאַנד.
„אַלע מײַנע אָפּערעס זײַנען מיר טײַער,“ האָט שאָר געזאָגט. „אָבער ׳גרינע׳ האָט אַ באַזונדער אָרט אין מײַן לעבן. דאָס אויפֿפֿירן די קאָמפּאָזיציע מיט ייִדישע און נישט־ייִדישע עולמס װעט בײַ מיר זײַן אַזאַ שׂימחה.“