Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון דער גרויסער אַקטריסע אסתּר־רחל קאַמינסקאַ איצט אויף ענגלישMemoirs of the great Yiddish actress Ester-Rokhl Kaminska now in English

אינעם בוך, איבערגעזעצט פֿון מיכל יאַשינסקי, באַשרײַבט זי אַ תּקופֿה ווען די צאַרישע רעגירונג האָט פֿאַרווערט שפּילן טעאַטער אויף ייִדיש

װען די באַרימטע אַקטריסע אסתּר־רחל קאַמינסקאַ (1870 — 1925) האָט זיך אונטערגענומען שרײַבן אירע זכרונות, האָט זי שױן געהאַלטן נאָענט צום סוף פֿון איר לעבן. זי האָט ניט דערלעבט זייער פּובליקאַציע. צװישן יוני 1926 ביזן יאַנואַר 1927 זײַנען אירע זכרונות דערשינען אין דער װאַרשעװער צײַטונג „דער מאָמענט“ אין 32 המשכים אונטערן קעפּל „דערנער און בלומען: דער װעג פֿון מײַן לעבן — מעמואַרן“. איצט זײַנען זײ אַרױס אױף ענגליש מיטן טיטל „די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער: מעמואַרן פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ“, איבערגעזעצט און רעדאַקטירט דורך דעם ייִדישן אַקטיאָר און טעאַטער־פֿאָרשער מיכל יאַשינסקי.

קאַמינסקאַ — דערקלערט יאַשינסקי אין זײַן פּרטימדיק געפֿאָרשטן אַרײַנפֿיר — איז געװען די „מאַמע“ אויף עטלעכע אופֿנים. ערשטנס, האָט זי, אין איינעם מיט איר מאַן אַבֿרהם־יצחק קאַמינסקי, געשאַפֿן דעם ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין אײראָפּע, וווּ איר סאַמע באַרימטע ראָלע איז געװען „די מאַמע“ — די הױפּט־העלדין אין יעקבֿ גאָרדינס דראַמע „מירעלע אפֿרת“. זי איז אױך געװען די מאַמע פֿון דער באַרימטער ייִדישער אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ.

אָבער די קאַפּיטלען, װאָס קאַמינסקאַ האָט באַװיזן צו שרײַבן װען זי איז שױן געװען קראַנק מיט ראַק, דערצײלן װעגן די יונגע יאָרן אירע, נאָך אײדער זי האָט זיך קונה־שם געװען װי „די מאַמע“. אַרום 1924 האָט זי געשיקט עטלעכע קאַפּיטלען פֿון אירע זכרונות צו דער רעדאַקציע פֿונעם פֿאָרװערטס. דער שעף־רעדאַקטאָר אַב קאַהאַן איז געװען פֿאַראינטערעסירט, אָבער ער האָט געװאָלט גיכער אָנהײבן המשכים מיט מעשׂיות פֿון איר טעאַטער־קאַריערע, ניט פֿון אירע קינדעריאָרן. פֿונעם דאָזיקן פּלאַן איז אָבער גאָרניט ניט אַרױס.

יאַשינסקי האַלט, אַז קאַמינסקאַ האָט טאַקע געװאָלט דערצײלן װעגן אירע יונגע יאָרן, װען זי האָט זיך אױסגעפֿורעמט װי אַ מענטש און אַ קינסטלערין. דאָס איז געװען אַ פּאַסיקער מאַטעריאַל פֿאַרן פּױלישן לײענער פֿונעם „מאָמענט“ אָבער אַ פּנים ניט גענוג „זאַפֿטיק“ פֿאַרן אַמעריקאַנער פֿאָרװערטס.

ווי זי דערציילט אין אירע זכרונות, האָט די רוסישע רעגירונג אין 1883 פֿאַרװערט ייִדיש אױף דער טעאַטראַלער בינע. דאָס איז געװען אַ טײל פֿון דער רעגירונגס ברײטערער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק, אָבער דער דאָזיקער פֿאַרבאָט איז פֿאַרבליבן געהײם און ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. יעדער אָרטיקער רוסישער “נאַטשאַלניק” (אַדמיניסטראַטאָר אָדער פּאָליצײ־שעף) האָט געקענט אים אױסטײַטשן װי ער האָט געװאָלט.

די ייִדישע אַקטיאָרן האָבן געמוזט מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זײ שפּילן כּלומרשט אױף דײַטשיש. פֿאַר דעם האָט מען ספּעציעל געמאַכט דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון גאָלדפֿאַדנס אָפּערערטעס, „שולמית“, „די  כּישוף־מאַכערין“ און אַ פּאָר אַנדערע פּיעסעס. אין יעדער שטאָט, װוּ זײ האָבן געװאָלט אױפֿפֿירן פֿאָרשטעלונגען, האָבן זײ געדאַרפֿט באַקומען אַן אונטערשריפֿט פֿונעם נאַטשאַלניק אױפֿן אַפֿיש. צו קריגן אַזאַ חתימה איז אױך געװען אַ שטיקל טעאַטער־שפּיל, און אָפֿט מאָל האָט מען געשיקט קאַמינסקאַ מיט אָט דעם װיכטיקן שליחות.

יעדער נאַטשאַלניק האָט געהאַט אײגענע קאַפּריזן. אײנער האָט פֿאַרבאָטן צו שפּילן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס „שולמית“ װײַל דאָס איז געװען אַ „ביבלישע“ פּיעסע, װאָס װאָלט געקאָנט „משפּיע זײַן“ אויף די קריסטלעכע צוקוקערס, אָבער ער האָט יאָ דערלױבט „די כּישוף־מאַכערין“. אָפֿט מאָל האָט אַ נאַטשאַלניק געשיקט אַ ספּעציעלן אַגענט צו זיצן אינעם זאַל און האַלטן אַן אויג אַז די פֿאָרשטעלונג איז טאַקע אױף דער דײַטשישער שפּראַך און אַז מע זאָגט, חלילה, ניט אַרױס קײן ייִדיש װאָרט.

אַנדערע נאַטשאַלניקעס זײַנען געװען מער פֿרײַנדלעך, בפֿרט װען זײ האָבן דערזען פֿאַר זיך אַ שײנע פֿרױ און באַקומען דערצו אַ שטיקל כאַבאַר. אַזױ האָט קאַמינסקאַ צומאָל געשפּילט די ראָלע פֿון אסתּר־המלכּה פֿאַרן רוסישן „אַחשורוש“. עס איז ניט קײן צופֿאַל, האָט זי געזאָגט, װאָס זי איז געבױרן געװאָרן אום פּורים און געטראָגן דעם נאָמען אסתּר.

קאַמינסקאַ איז געװען זײער אַ באַגאַבטע פֿרױ. זי האָט געהאַט ניט נאָר דראַמאַטישע און מוזיקאַלישע טאַלאַנטן, נאָר האָט אױך פֿליסיק גערעדט רוסיש, דײַטשיש, העברעיִש און פּױליש, שױן אָפּגערעדט פֿון ייִדיש (איר מאַמע־דיאַלעקט איז געװען דער ליטװישער, אָבער אין װאַרשע האָט זי גלײַך באַהערשט דעם פּױלישן). יעדע שפּראַך האָט געהאַט אַן אײגענע פֿונקציע אין איר לעבן, און פֿילשפּראַכיקײט איז אַ װיכטיקער עלעמענט פֿון איר ליטעראַרישן סטיל. אין אירע זכרונות װאַרפֿט זי אָפֿט אַרײַן װערטער און גאַנצע פֿראַזעס אױף רוסיש און דײַטשיש, כּדי צוצוגעבן אַ מער לעבעדיקן קאָלאָריט.

אַזאַ מין פֿילשפּראַכיקײט איז געװען נאַטירלעך פֿאַרן פּױליש־ייִדישן לײענער אין די 1920ער יאָרן, אָבער זי קען שאַפֿן פּראָבלעמען פֿאַרן הײַנטיקן איבערזעצער. יאַשינסקי האָט געפֿונען אַ געראָטענע סטראַטעגיע פֿאַר אָט דער לינגװיסטישער שװעריקײט. װען קאַמינסקאַ ניצט דעם רײן דײַטשישן לשון, פֿאַרשרײַבט ער דאָס אױף דײַטשיש און גיט צו אַן ענגלישע איבערזעצונג. אָבער פֿאַרן דײַטשמערישן ייִדיש ניצט ער אַ פֿאַרקריפּלטן ענגליש מיט אַ כּמו־דײַטשישן אַקצענט.

קאַמינסקאַ ניצט צומאָל בכּיװן רוסישע װערטער אַנשטאָט ייִדישע כּדי צו באַטאָנען דעם רוסישן קאָנטעקסט פֿון אַ סיטואַציע, װי למשל „אוזשין“ פֿאַר „װעטשערע“. אין אַזאַ פֿאַל לאָזט יאַשינסקי איבער דאָס רוסישע, באַגלייט מיטן ענגלישן טײַטש אין קלאַמערן. אין אַלגעמײן איז יאַשינסקיס ענגליש פֿליסיק און אידיאָמאַטיש. אַזױ לאָזט ער אָפּהיטן, װי װײַט מעגלעך, די פֿיל־קולטורעלע רײַכקײט פֿון קאַמינסקאַס פּראָזע.

קאַמינסקאַס מעמואַרן ענדיקן זיך אַרום דעם יאָר 1900. זי באַשרײַבט מיט נאָסטאַלגישער ליבע איר שטעטל פּאָרזאָװע אין גראָדנער גובערניע, אָבער זי האָט ניט קײן חרטה װעגן פֿאַרלאָזן דעם שטעטל װען זי איז געװען אַרום עלף יאָר אַלט. דעמאָלט איז זי אַריבער קיין װאַרשע מיט דער עלטערער שװעסטער און איר משפּחה. װי אַ סך שטעטלדיקע מײדלעך אין דער גרױסער שטאָט, האָט זי געזוכט אַרבעט װי אַ נײטאָרין, אָבער איר חלום איז געװען צו זינגען אױף דער בינע. בײַ אירע עלטערן וואָלט אַזאַ מין קאַריערע אָבער געװען אַ שאַנדע און אַ בושה. ערשט נאָך זײער טױט האָט זי געקענט לאָזן זיך אין װעג אַרײַן מיט אַ טרופּע ייִדישע אַקטיאָרן, פֿאָרנדיק איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון פּױלן, ליטע און אוקראַיִנע.

אסתּר־רחל האָט געהאַט אַ היפּשע צאָל קאַװאַלירן צװישן די יונגע אַקטיאָרן, אָבער סוף־כּל־סוף האָט זי חתונה געהאַט מיטן עלטערן און מער דערפֿאַרענעם קאָלעגע אַבֿרהם־יצחק קאַמינסקי. דאַכט זיך, אַז דאָס איז ניט געװען קײן ראָמאַנטישע ליבע, נאָר אַ פּראַקטישער באַשלוס, װאָס האָט איר דערמעגלעכט צו בױען אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע.

לכתּחילה האָבן זײ אָבער קײן האָניק ניט געלעקט. כּדי צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט, האָט קאַמינסקאַ געדאַרפֿט שפּילן אױף דער בינע בלויז עטלעכע טעג נאָכן געבורט פֿון איר ערשטן קינד. זי האָט איבערגעלאָזט דאָס פּיצעלע אין װאַרשע מיט קרובֿים און איז אַװעק אױף אַ גאַסטראָל אין דער פּראָװינץ. די ערשטע טאָכטער לאה־שיפֿרה און דער זון יוסף־הירש, װאָס איז געבױרן געװאָרן מיט אַ יאָר שפּעטער, האָבן ניט געלעבט לאַנג. דרײַ שפּעטערע קינדער אירע — רעגינאַ, אידאַ און יוסף — זײַנען געװאָרן טעטיק אין טעאַטער און מוזיק.

ערשט נאָך 1905, װען די צאַרישע רעגירונג האָט אָפּגעשאַפֿן דעם חרם אױפֿן ייִדישן טעאַטער, האָבן די קאַמינסקיס געקענט עפֿענען אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין װאַרשע. צום באַדויערן האָט די גרויסע אַקטריסע ניט דערלעבט צו דערצײלן דער וועלט די געשיכטע פֿון איר גרעסטן דערפֿאָלג.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.