Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש־סימפּאָזיום אין דײַטשלאַנד גיט איבער נײַע אַנדטעקונגען וועגן אַלט־ייִדישYiddish symposium in Germany shares discoveries about Old Yiddish

די אָנטיילנעמערס זענען געווען נישט בלויז ערנסטע אַקאַדעמיקערס, נאָר צום טייל אויך קינסטלערס און אַקטיוויסטן

דעם ערשטן ביז דריטן סעפּטעמבער איז צום 28סטן מאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער ייִדיש־סימפּאָזיום, הײַיאָר בײַם אוניווערסיטעט פֿון טריר. ייִדישיסטן און אַנדערע פֿאָרשערס זענען זיך צונויפֿגעקומען, כּדי אויסצוהערן רעפֿעראַטן וועגן כּלערליי טעמעס, ווי אויך צו פֿאַרברענגען מיט אַלטע פֿרײַנד אין אַ היימישער אַטמאָספֿער.

די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן זענען געווען, ווי געוויינטלעך, די פּראָפֿעסאָרן שמעון נויבערג און מאַריאָן אַפּטראָט. פּראָפֿ׳ אַפּטראָט איז ליידער קראַנק געוואָרן און נישט געקענט קומען, וואָס איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל דאָס וואָלט געווען איר לעצטער סימפּאָזיום. אין עטלעכע חדשים אַרום גייט זי אַרויס אויף פּענסיע.

דער ייִדיש־סימפּאָזיום איז אַנדערש פֿון אַנדערע ייִדיש־קאָנפֿערענצן מיט דעם, וואָס אַ העלפֿט פֿון די רעפֿעראַטן לייענט מען טאַקע אויף ייִדיש. מע רעדט דאָרט נישט אויף ענגליש, סײַדן אין פּריוואַטע שמועסן, אָדער כּדי צו דערקלערן עפּעס ספּעציפֿישע פּרטים, וואָס מע ווייסט נישט ווי מע זאָגט דאָס אויף ייִדיש אָדער דײַטש.

די אָנטיילנעמערס זענען געווען נישט בלויז ערנסטע אַקאַדעמיקערס, נאָר צום טייל אויך קינסטלערס און אַקטיוויסטן, אַזוי אַז די גאַנצע אונטערנעמונג האָט אַ מער עקלעקטישן, לעבעדיקן טעם ווי בײַ ריין אַקאַדעמישע צוזאַמענפֿאָרן. דער אָנפֿירער פֿון דער פּראָגראַם, פּראָפֿ׳ נויבערג, ווייסט ווי אַזוי צו האַלטן דעם אינטערעס פֿונעם עולם מיט אַ חכמהלע און אַ קלוגער באַמערקונג.

פֿיר באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ (פֿון רעכטס): פֿיליפּ שוואַרץ, מרדכי מילער,לייזער בורקאָ און איציק גאָטעסמאַן Photo by Alec Leyzer Burko

איין צרה בײַם סימפּאָזיום איז, וואָס ער באַשטייט באמת פֿון צוויי באַזונדערע גרופּעס, וואָס דעקן זיך נאָר צום טייל. פֿון איין זײַט זענען דאָ ייִדישיסטן, וואָס פֿאָרשן די מאָדערנע שפּראַך און קולטור, פֿון דער צווייטער זײַט — גערמאַניסטן, וואָס פֿאָרשן אַלט־ייִדיש (וואָס איז זייער ענלעך צו דײַטש). איין צד רעדט ייִדיש, דער צווייטער — דײַטש, און צווישן זיך רעדן נאָר יענע, וואָס זענען באַקוועם אין ביידע שפּראַכן.

דער הויכפּונקט איז הײַיאָר געווען די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון אַ ספּעציעלער אויסשטעלונג וועגן ייִדיש אין דער ביבליאָטעק פֿון טריר־אוניווערסיטעט. דאָרט האָט מען געקענט זען אַ סך כּתבֿ־ידן און אויפֿשריפֿטן פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, דער עיקר, רעפּראָדוקציעס. אַ דאַנק די קאָמענטאַרן און באַשרײַבונגען באַקומט דער באַזוכער אַן אַרײַנפֿיר אין דער שפּראַך, און אויך אין דער אַרבעט פֿון די אַלט־ייִדיש־פֿאָרשערס פֿון טריר — נויבערג און זײַן פֿאָרגייערין, פּראָפֿ׳ עריקאַ טים.

פֿיליפּ שוואַרץ הערט זיך צו צו אַ רעקאָרדירונג פֿון דער נײַער אויסשטעלונג וועגן ייִדיש אין טרירער אוניווערסיטעט. אויפֿן עקראַן זעט מען פּראָפֿ’ שמעון נויבערג Photo by Alec Leyzer Burko

דעם סאַמע דרייסטן רעפֿעראַט האָט געלייענט סאָניאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ, ווײַל זי האָט אַרגומענטירט קעגן אַן אָנגענומענער טעזע פֿון עריקאַ טים, וואָס איז דאָרט געזעסן אין זאַל (אין עלטער פֿון כּמעט 91 יאָר, ביז 120). אין דער אַלט־יִדישער אָרטאָגראַפֿיע איז פֿאַראַן אַ מאָדנער כּלל, אַז מע שרײַבט כּמעט שטענדיק „ש“ אַנשטאָט „ס“. למשל, דאָס וואָרט „דאָס“ שרײַבט מען געוויינטלעך „דש” און „עס” שרײַבט מען „עש“. טים אַון אַנדערע האַלטן, אַז דער דאָזיקער שין (אָדער שׂין) רעפּרעזענטירט אַ צווישנקלאַנג צווישן sh און s, וואָס האָט דעמאָלטס עקיסטירט אויף דײַטש אויך. יאַמפּאָלסקאַיאַ האָט אָבער געטענהט, אַז די ייִדישע קלאַנגען זענען געווען אַנדערע ווי אין דײַטש און מע האָט טאַקע געזאָגט sh. גיי ווייש!

ווייניקער אַקאַדעמיש האָט גערעדט בערל סאַלאַמאַנדער, וואָס האָט דערציילט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אינעם די־פּי־לאַגער פֿערנוואַלד. אויף אַ שיינעם פּוילישן ייִדיש, וואָס מע הערט הײַנט זעלטן, האָט ער באַשריבן „דאָס לעצטע ייִדישע שטעטל“, וווּ ייִדיש איז געווען די אָנגענומענע שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פֿון לעבן.

פּראָפֿ׳ אַסרטיד לעמבקע האָט גערעדט וועגן אַ וויכטיקן נײַעם פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ דאַטנבאַזע פֿון אַלט־ייִדישע ביכער און כּתבֿ־ייִדן מיט ביבליאָגראַפֿישע און אַנדערע אינפֿאָרמאַציעס. דאָס קען העלפֿן מער פֿאָרשערס צו אַנטדעקן די ייִדישע ליטעראַטור, ווײַל אַ סך מאָל ווייסט מען פּשוט נישט, אַז די דאָזיקע טעקסטן עקסיסטירן, און מע ווייס נישט, וווּ מע קען זיי געפֿינען.

נאָך אַ וויכטיקן רעפֿעראַט איז געווען פֿון פּראָפֿ׳ קלאַודיאַ ראָזענצווײַג וועגן דעם עלטסטן געדרוקטן עקזעמפּלאַר פֿונעם באַרימטן אַלט־ייִדישן ראָמאַן „פּאַריז און וויענע“, פֿון 1565. דער טעקסט פֿון דער עלטסטער ווערסיע איז אַ ביסל אַנדערש פֿון די שפּעטערדיקט ווערסיעס, ווײַל די שורות זענען אַ מאָל לענגער. צום סוף וויל איך צוגעבן, אַז ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן זיך צו זען מיט אַלטע פֿרײַנד, וואָס מיר זעען זיך הײַנט צו זעלטן. די רעדער דרייען זיך, די יאָרן גייען זיך, און מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיך זען אָפֿטער!

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.