Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע דעטעקטיװ־מעשׂיות פֿון דער אַמאָליקער גאַליציע — אויף ענגלישYiddish detective stories from Galicia, now in English

דער שרײַבער יונה קרעפּעל האָט געשאַפֿן דעם „ייִדישן שערלאָק האָלמעס“, מאַקס שפּיצקאָפּף, װאָס האָט געראַטעװעט ייִדן פֿון כּלערלײ צרות.

Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.


קינדװײַז האָט יצחק באַשעװיס גיריק געשלונגען מעשׂיות װעגן דעם ייִדישן דעטעקטיװ מאַקס שפּיצקאָפּף. דער װינער „קעניג פֿון דעטעקטיװן“ האָט געקענט אױספּלאָנטערן די שװערסטע און סאַמע מיסטעריעזע פֿאַרברעכנס און אַזױ אַרום אױך ראַטעװען אומשולדיקע ייִדן פֿון כּלערלײ צרות.

דעם דאָזיקן טשיקאַװען פֿאַקט פֿון באַשעװיסעס ביאָגראַפֿיע דערמאָנט מיכל יאַשינסקי אין דער הקדמה צו „אַװאַנטורעס פֿון מאַקס שפּיצקאָפּף, דעם ייִדישן שערלאָק האָלמעס“ — דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון די שפּיצקאָפּף־דערציילונגען. די דאָזיקע סעריע ביכלעך איז פּובליקירט געװאָרן אױף ייִדיש אין גאַליציע אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען זי איז געװען אַ פּראָװינץ פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע.

דער מחבר פֿון די שפּיצקאָפּף־מעשׂיות איז געווען יונה (יאָנאַס) קרעפּעל (1940־1974) — אַ שרײַבער, דרוקער, געשעפֿטסמאַן, כּלל-טוער און עסטרײַכישער באַאַמטער. זײַן ליטעראַרישער עזבֿון נעמט אַרײַן העכער װי הונדערט טיטלען אױף ייִדיש און דײַטשיש, צװישן זײ סײַ ביליקע ביכלעך װי די שפּיצקאָפּף־מעשׂיות, סײַ װאָגיקע דײַטשישע חבורים װי למשל „ייִדן און ייִדנטום הײַנט“, װאָס איז כּמעט טױזנט זײַטן לאַנג.

געבױרן אין דער שטאָט דראָביטש אין גאַליציע (הײַנט דראָהאָביטש אין אוקראַיִנע) בײַ אַ חסידישער משפּחה, האָט קרעפּעל זיך אױסגעלערנט די מלאָכה פֿון דרוקערײַ און בשותּפֿות מיט זײַן שװער געפֿירט אַ פֿאַרלאַג אין קראָקע. ער איז געװען אַן אַקטיװער כּלל־טוער, הגם זײַנע פּאָליטישע סימפּאַטיעס זײַנען ניט געװען קײן פֿעסט באַשטימטע. אין פֿאַרשײדענע צײַטן איז ער געװען אַ ייִדישיסט (ער האָט זיך באַטײליקט אין דער טשערנאָװיצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908), אַ ציוניסט, און לסוף האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער פֿרומער פּאַרטײ, אַגודת־ישׂראל.

װי אַ סך גאַליציאַנער ייִדן האָט קרעפּעל בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה געפֿונען אַ מקום־מקלט אין װין. דאָרט האָט זיך אָנגעהױבן זײַן מלוכישע קאַריערע. ער האָט געדינט אין דער מיניסטעריום פֿאַר אױסלענדישע ענינים און שפּעטער אין דער פֿעדעראַלער קאַנצעלאַריע פֿון דער עסטרײַכישער רעפּובליק. אײנצײַטיק האָט ער געשריבן ביכער און אַרטיקלען פֿאַר כּלערליי ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען און רעדאַקטירט די דײַטשישע צײַטשריפֿט פֿון אַגודת־ישׂראל.

װען היטלער האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עסטרײַך אין 1938 האָבן די נאַציסטן אַרעסטירט קרעפּעל און אים פֿאַרשיקט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענװאַלד. דאָרט איז ער אין 1940 אומגעקומען. קײן אַרכיװ אָדער פּריװאַטע פּאַפּירן זײַנען פֿון אים ניט פֿאַרבליבן, און זײַן ביאָגראַפֿיע דאַרף מען צונױפֿשטוקעװען פֿון פֿאַרשײדענע פֿראַגמענטן, שרײַבט יאַשינסקי.

די דעטעקטיװ־געשיכטעס װעגן שפּיצקאָפּף זײַנען געװען אײנע פֿון קרעפּעלס סעריעס מעשׂה־ביכלעך, אַזעלכע װי, למשל, היסטאָרישע דערצײלונגען, חסידישע מעשׂיות און לעגענדעס און דערצײלונגען פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. יעדע סעריע איז באַשטאַנען פֿון צענדליקער ביכער, אָבער הײַנט זײַנען זײ יקר־המציאות און מען קען זײ אָפּזוכן בלױז אין געצײלטע ביבליאָטעקן.

יאַשינסקין קומט אַ יישר־כּוח פֿאַרן איבערזעצן קרעפּעלס פֿאַרגעסענע מעשׂיות אױף ענגליש. אַװדאי איז דער הײַנטיקער לײענער גאָר אַנדערש פֿונעם דעמאָלטיקן נאַיִװן עולם, װאָס האָט, װי דער יונגער באַשעװיס, אָנגענומען שפּיצקאָפּפֿס דרײסטע אַװאַנטורעס פֿאַרן רײנעם אמת.

קרעפּעל האָט אױסגעפֿאַרטיקט זײַנע מעשׂיות פֿאַרן ייִדישן מאַסן־לײענער. די דערציילונגען האָבן געדאַרפֿט האָבן אַ פֿאַרכאַפּנדיקן סיפּור־המעשׂה און אַ סוף, װאָס איז גוט פֿאַר די ייִדן. װי שװער זאָל ניט זײַן די לאַגע פֿאַר פּראָסטע ייִדן אין דער געשיכטע, איז דער לײענער געװען זיכער, אַז שפּיצקאָפּף װעט אַלע מאָל קומען צו הילף.

די סיטואַציעס, װאָס קרעפּעל באַשרײַבט, זײַנען גאַנץ טיפּיש פֿאַר יענער תּקופֿה: ייִדן אין אַ קלײן שטעטל װערן באַשולדיקט אין אַ בלוט־בילבול; אַ ייִדישע טאָכטער װערט אַרױסגעגנבֿעט בײַ אירע עלטערן און געצװוּנגען צום שמד; אַ ייִדישער געשעפֿטסמאַן װערט באַשולדיקט אין מאַכן פֿאַלש געלט; ייִדן אין אַ שטעטל װערן באַשולדיקט אין שמוגלערײַ, וכּדומה. און אַלע מאָל באַװײַזט זיך שפּיצקאָפּף מיט זײַן משרת הערמאַן פֿוקס און ראַטעװעט ייִדן פֿון אומגליק.

דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אין די דאָזיקע מעשׂיות איז ניט דער סיפּור־מעשׂה, װאָס איז גאַנץ פּשוט, און אַפֿילו ניט דאָס העלד שפּיצקאָפּף, װאָס איז גאַנץ שאַבלאָניש, נאָר די פּרטים פֿונעם אַמאָליקן לעבן אינעם קיניגרײַך פֿונעם עסטרײַך־אונגאַרישן קיסר פֿראַנץ־יאָזעף, וואָס די ייִדן האָבן גערופֿן „הקיסר ירום הודו – גרױס זאָל זײַן דעם קיסרס רום“.

דאָס דאָזיקע בילד איז אַװדאי ניט אָביעקטיװ. די מלוכישע מאַכט — די פּאָליצײ, די באַאַמטע, די ריכטער — זײַנען תּמיד גוטע פֿרײַנד פֿאַר ייִדן. אַלע האָבן דרך־ארץ פֿאַר שפּיצקאָפּף, װאָס זעט אױס װי אַן עלעגאַנטער װינער פּריץ. די שׂונאים פֿון די ייִדן זײַנען קריסטלעכע גלחים, פּױלישע פּױערים און די גראָבע דײַטשישע יאַטן פֿון דער װינער אונטערװעלט.

קרעפּעל האָט אַ גוט אױג פֿאַר אַזעלכע פּרטים װי בגדים, מעבל, הײַזער און באַנען. זײ מאַכן זײַנע שילדערונגען רעאַליסטיש, הגם שפּיצקאָפּפֿס געשיקטקײט און קונציקײט זעען אױס מחוץ־לדרך־הטבֿע. שפּיצקאָפּף באַװײַזט אי צו כאַפּן דעם פֿאַרברעכער, אי צו ראַטעװען די ייִדישע קרבנות, און דערצו נאָך אַרױסצוהעלפֿן זײַן משרת פֿוקס, װאָס איז אַ שטיקל שלימזל.

קרעפּעלס ביכלעך געהערן צו דער ליטעראַרישער קאַטעגאָריע „שונד“, װאָס האָט אַ שלעכטן שם אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. דער קריטיקער משה שאַליט האָט אָבער געלױבט קרעפּעלס „זעלטן בנעימותדיקן לשון“, און דער גאַליציאַנער דיכטער מענדל נײַגרעשל האָט געהאַלטן, אַז קרעפּעלס מעשׂיות האָבן געהאָלפֿן „שאַפֿן אַ גרױסן מאַסן־לײענער אין מערבֿ־גאַליציע און אַ ליטעראַרישע אַטמאָספֿער“.

איבערצוטראָגן קרעפּעלס אײגנאַרטיק הײמיש לשון מיט פּױלישע און דײַטשישע װערטער און אױסדרוקן, װאָס איז טיף אײַנגעװאָרצלט אינעם אַמאָליקן גאַליציאַנער ייִדישן שטײגער, איז ניט קײן פּשוטע אױפֿגאַבע פֿאַר אַן ענגלישן איבערזעצער.

אַזױ װי אין זײַן איבערזעצונג פֿון די זכרונות פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, האָט זיך יאַשינסקין אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם פּאַסיקן שפּראַכלעכן סטיל. זײַן ענגליש איז אידיאָמאַטיש און פֿליסיק, מיט אַן איראָנישן בײַטעם אין זײַן נאָכמאַכן „שונד“. די דאָזיקע איראָניע באַטאָנט אַ דיסטאַנץ צװישן הײַנט און אַ מאָל, און אײנצײַטיק װעקט זי אױף אַ װאַרעם געפֿיל פֿון נאָסטאַלגיע.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.