קורס וועגן ייִדיש אין אוקראַיִנע במשך דעם 20סטן יאָרהונדערטCourse on Yiddish in Ukraine in the 20th century
דער אַרבעטער רינג וועט אויך לערנען אַ קורס וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן בײַ די הײַנטיקע חרדים.

איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער פֿון אוקראַיִנע איז געווען דוד בערגעלסאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין סאַרנע, קיִעווער פּראָווינץ Photo by the Forward
ווי בײַ יעדן לערן־זמן פֿון דער ווירטועלער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם אַרבעטער רינג, וועט מען במשך פֿונעם האַרבסט־זמן 2025 לערנען אַ צאָל אינטערעסאַנטע ווײַטהאַלטער־קורסן אויף ייִדיש.
דער פֿאָרשער גענאַדי עסטרײַך וועט לערנען אַ קורס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אוקראַיִנע במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט די שרײַבער פֿון דער „קיִעווער גרופּע“— דוד בערגעלסאָן און דער ניסתּר. מע וועט אויך דיסקוטירן די ייִדישע טאָגשולן אין די 1920ער און 1930ער; די השפּעה פֿונעם „קיִעווער אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער קולטור“ און די ווערק פֿון די שרײַבער אַבֿרהם אַבטשוק, איציק קיפּניס, ריווע באַליאַסנע, חיים גילדין און הירש בלאָשטיין.
דער לינגוויסט לייזער בורקאָ וועט לערנען וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן בײַ די הײַנטיקע חרדים, אַרײַנגערעכנט דעם אונגעריש־סאַטמערער דיאַלעקט פֿון וויליאַמסבורג, דעם ליובאַוויטשער דיאַלעקט פֿון קראַון־הײַטס און דעם ליטווישן פֿון לייקוווּד.
אָט זענען די אַנדערע קורסן וואָס מע קען אויסקלײַבן:
- אַן אינטענסיווער שפּראַכקורס צו פֿאַרבעסערן דאָס פֿאַרשטיין, לייענען, רעדן און שרײַבן ייִדיש (איוו יאַכנאָוויץ)
- מעשׂיות פֿון יצחק באַשעוויס זינגערס זכרונות, „אין מײַן טאַטנס בית־דין שטוב“ (שבֿע צוקער)
- די לידער פֿונעם אַוואַנגאַרדיסטישן פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין (אַבֿרהם ליכטענבוים)
- מגילת־אסתּר אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור (נאַטאַליע קריניצע)
- שלום אַשעס ראָמאַן „קידוש השם“ (קאָליע באָראָדולין)
- ווי אַזוי אַרויסצורעדן און ניצן לשון־קודשדיקע טערמינען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור (יצחק ניבאָרסקי)
- וואָס וועט זײַן מיט דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן הומאָר? (דניאל גלאַי)
- שלום עליכמס ראָמאַן „אין שטורעם“ (אַבֿרהם ליכטענבוים)
- אַ שמועסקרײַז מיטן ייִדישן נאָוועליסט און פּאָעט באָריס סאַנדלער
- דאָס קול פֿונעם ייִדישן שרײַבער (שבֿע צוקער)
נאָך מער פּרטים אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף אַ קורס, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
