Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קאָנפֿערענץ וועגן ייִוואָ קומט פֿאָר אין איר געבוירן־שטאָט — ווילנעA conference about YIVO takes place in its birthplace — Vilnius

איין פֿאָרשער האָט גערעדט וועגן דעם וואָס נישט בלויז די פֿרומע און אָרעמע ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש, נאָר די רײַכע און געבילדעטע אויך.

פֿונעם 19טן ביזן 21סטן אָקטאָבער איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ גרויסע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 100סטן יובֿל פֿונעם ייִוואָ.

איבער 25 פֿאָרשערס פֿון אַרום דער וועלט האָבן געהאַלטן לעקציעס און געלייענט רעפֿעראַטן, דער עיקר וועגן היסטאָרישע טעמעס פֿאַרבונדן מיט דער אָנגעזעענער אינסטיטוציע. אַ סך רעדנערס האָבן דערציילט וועגן די ספּעציעלע מעלות פֿון דער שטאָט ווילנע פֿאַר דער מלחמה, דער אַמאָליקער ירושלים דליטא.

אין ווילנע האָבן נישט בלויז די פֿרומע און די אָרעמע־לײַט גערעדט ייִדיש, ווי אין וואַרשע, נאָר אויך די רײַכע און די געבילדעטע, די דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן. אין ווילנע זענען געווען העכערע לערן־אינסטיטוציעס, ווי דער לערער־סעמינאַר, מיט אַלע קורסן אויף ייִדיש. דערפֿאַר איז געווען גרינגער דאָרט צו פֿאַרוואַנדלען ייִדיש אין אַ מאָדערנער שפּראַך, און דערפֿאַר איז דער ייִוואָ אויפֿגעקומען דווקא אין ווילנע, כאָטש דער פּלאַן איז לכתּחילה אויפֿגעקומען אין בערלין.

בײַ דער דערעפֿענונג האָט פּראָפֿ׳ צירל קוזניץ געהאַלטן אַ קורצע רעדע אויף ייִדיש, ווי עס וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ פֿון אַמאָל. איר געשיכטע פֿונעם ייִוואָ איז לעצטנס איבערגעזעצט געוואָרן אויף ליטוויש, האָט מען אויף דער קאָנפֿערענץ געפֿײַערט דאָס געשעעניש. אַחוץ דעם האָבן אַלע רעפֿערענטן און פּאַנעליסטן גערעדט ענגליש, ווײַל עס איז דער עיקר געווען אַ קאָנפֿערענץ פֿון היסטאָריקערס, נישט ייִדישיסטן. מע האָט אָבער יאָ געהערט ייִדיש אין אַ טייל פּריוואַטע שמועסן בעת די הפֿסקות, און דעם שענסטן דיאַלעקט האָט זיכער גערעדט פּראָפֿ׳ שמואל קאַסאָוו. ער רעדט ווי זײַנע טאַטע־מאַמע, וואָס זענען געקומען פֿונעם שטעטל שאַרקאָוושטשינע אין צפֿון־ווײַסרוסלאַנד.

אין די עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס האָבן אַלע גערעדט פּאָזיטיוו און אַפֿילו נאָסטאַלגיש וועגן דעם ייִוואָ און דער ווילנע פֿון אַ מאָל. אין די פּריוואַטע שמועסן האָט מען געקענט רעדן אַ ביסל ערלעכער, ווי למשל וועגן עטלעכע אַמאָליקע מיטאַרבעטערס פֿונעם אינסטיטוט, וואָס זענען געווען „שווערע פּאַסאַזשירן“. די ערד זאָל זיי גרינג זײַן!

דער ייִוואָ־דירעקטאָר יונתן ברענט האָט אין זײַן רעדע דערציילט, אַז אין ווילנע איז דער ייִוואָ געווען אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קולטור־סיסטעם, געשטיצט פֿון אַ גרויסער קהילה ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. הײַנט איז יענע קהילה שוין נישטאָ, דאַרף מען זוכן אַנדערע שטיצערס, וואָס פֿאַרשטייען, אַז די ייִדישע קולטור איז וויכטיק. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי קען מען מאָטיווירן יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, זיך צו פֿאַראינטערעסירן אין דער ייִדישער שפּראַך און אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע?

אַזוי ווי דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען דער ווילנער אוניווערסיטעט, איז געווען אינטערעסאַנט צו זען, אַז אַלע רעדנערס האָבן זיך באַצויגן זייער העפֿלעך צו די ליטווישע גאַסטגעבערס. מע האָט טאַקע גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם און פּאָגראָמען אין מיזרח־אייראָפּע, אָבער מע האָט געוואָרפֿן די שולד אויף די פּאָליאַקן, ווײַל ווילנע האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געהערט צו פּוילן.

קאַסאָוו האָט דערקלערט, אַז ביז דער מלחמה האָבן ייִדן געלעבט בעסער אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע ווי אין פּוילן — צום טייל, ווײַל די ליטווינער האָבן געהאָפֿט, אַז די מערבֿדיקע ייִדן וועלן זיי העלפֿן צו באַקומען ווילנע, זייער היסטאָרישע הויפּטשטאָט. איך האָב געוואַרט צו זען, צי די פּוילישע פֿאָרשערס וועלן אויפֿשטיין צו פֿאַרטיידיקן דעם פּוילישן כּבֿוד — אָבער אומזיסט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז די פּוילישע היסטאָריקערס זענען הײַנט נישט קיין גרויסע נאַציאָנאַליסטן.

עטלעכע רעדעס האָבן באַהאַנדלט דעם אַרגענטינער ייִוואָ, וואָס איז מיט דער צײַט געוואָרן אַן אינסטיטוציע פֿאַר זיך. דער ייִוואָ האָט געפֿונען אַ סך פֿרײַנד און שטיצערס אין אַרגענטינע — מער ווי אין אַנדערע לענדער, אויב מע האַלט אין זינען, אַז די צאָל ייִדן אין אַרגענטינע (אַ פֿערטל מיליאָן) איז געווען אַ סך קלענער ווי אין צפֿון־אַמעריקע.

ד״ר לאַראַ לעמפּערטיענע, וואָס פֿירט אָן מיטן ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, האָט געפֿירט די געסט איבער דער נײַער אויסשטעלונג פֿון אָביעקטן און דאָקומענטן פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון ייִוואָ. מע קען לייענען אַ בריוו פֿון אוריאל ווײַנרײַך ווי אַ זעקס־יעריק ייִנגל אין ווילנע צו זײַן טאַטן, מאַקס ווײַנרײַך, וואָס איז דעמאָלטס געווען אויף אַ וויזיט אין אַמעריקע. עס איז טשיקאַווע צו זען, ווי אוריאל (וואָס אין דער משפּחה האָט ער געהייסן „עליק“) שרײַבט שוין מיטן ווײַנרײַכישן אות V אַנשטאָט די צוויי יודן.

דאָרט ליגט אויך מאַקס ווײַנרײַכס דאָקטאָר־דיפּלאָם, וואָס ער האָט באַקומען אין 1923 בײַם אוניווערסיטעט פֿון מאַרבורג. פּראָפֿ׳ קלמן ווײַזער, וואָס האַלט אין פֿאַרענדיקן אַ פֿולע ביאָגראַפֿיע פֿון מאַקס ווײַנרײַך, האָט באַמערקט, אַז אין דער אויסשטעלונג שטייט „מאַקס ווײַנרײַך פֿון ווילנע“, כאָטש ער האָט געהאַט געוווינט אין ווילנע בלויז איין יאָר, איידער ער איז אַוועקגעפֿאָרן שטודירן אין דײַטשלאַנד. זײַן אמתע היימשטאָט איז געווען דאָס שטעטל גאָלדינגען אין לעטלאַנד. דאָס הייסט, ער האָט בכּיוון געוואָלט זיך אידענטיפֿיצירן מיט ווילנע צוליב זײַן ייִדישיסטישער אידעאָלאָגיע.

אַ סך ליטווינער און אַנדערע נישט־ייִדן זענען געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ. עס איז געווען שיין צו זען, אַז די ייִדישע געשיכטע פֿאַראינטערעסירט אויך נישט־ייִדן אין די לענדער, וווּ אַזוי פֿיל ייִדן האָבן אַ מאָל געלעבט, ספּעציעל אין דער אַמאָליקער ירושלים דליטא. הלוואַי זאָלן זיי און מיר ווײַטער געדענקען יענע ייִדן, פֿאָרשן זייער געשיכטע, און זיך לערנען זייער לשון.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.