נײַ בוך באַטראַכט די טעמע, ראַסיזם אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטורNew book discusses the issue of racism in American Yiddish culture
אַפֿילו פּראָגרעסיװע ייִדישע שרײַבער האָבן געניצט ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן וועגן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער.

אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַרבעטער אין אַ באַנוול־פֿעלד, בערך 1940 Photo by Wikiumedia Commons
װען ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען געקומען קײן אַמעריקע פֿון מיזרח־אײראָפּע מיט העכער װי 150 יאָר צוריק, איז אײנער פֿון די גרעסטע חידושים געװען דאָס באַגעגעניש מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. שלום־עליכמס מאָטל פּײסי דעם חזנס איז געװען פֿאַרשטױנט װען ער האָט געזען אַ פּאָרפֿאָלק אין ניו־יאָרקער סאָבװײ: „משונהדיקע ברואים. מוראדיק גראָבע ליפּן. גרױסע װײַסע צײן און װײַסע נעגל.“
פֿאַרן הײַנטיקן לײענער איז שלום־עליכם באַשרײַבונג פֿול מיט ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן. אָבער װער איז דאָ שולדיק: דער פּערסאָנאַזש אָדער דער מחבר?
די דאָזיקע פֿראַגע װערט באַהאַנדלט אין אַ נײַ בוך פֿון גיל ריבאַק (אוניװערסיטעט פֿון אַריזאָנע), װאָס האָט מאָטלס װערטער אינעם קעפּל: „משונהדיקע ברואים: פּנים־אל־פּנים מיט די רעפּרעזענטאַציעס פֿון שװאַרצע מענטשן אין דער ייִדיש־קולטור“. ריבאַק באַמערקט, אַז מאָטלס װערטער פֿעלן אין הילל האַלקינס ענגלישער איבערזעצונג, אַ סימן, אַז הײַנט שעמט מען זיך מיט אַזאַ מין לשון.
ריבאַק איז ניט דער ערשטער פֿאָרשער װאָס נעמט זיך אונטער די דאָזיקע קאָמפּליצירטע און דעליקאַטע טעמע, אָבער זײַן צוגאַנג איז דער סאַמע אַרומנעמיקער און אױסשעפּיקער צװישן אַלע אַנדערע. ביז לעצטנס איז מען געװען נוטה צו באַהאַנדלען די באַציִונג פֿון ייִדן צו אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיט זהירות. מען האָט באַטאָנט די פּאָזיטיװע אַספּעקטן און פֿאַרשװיגן די ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן, װאָס מען געפֿינט אַפֿילו בײַ די לינק־געשטימטע ייִדישע ליטעראַטן װאָס האָבן אַרויסגעוויזן מיטלײַד צו זײער ביטערער דאָליע.
מען דאַרף אָבער האָבן אין זינען , װאָרנט ריבאַק, אַז די אימאַזשן און װערטער, װאָס קלינגען נעגאַטיװ און באַלײדיקנדיק הײַנט, האָבן ניט געטראָגן אַזאַ מין מײן בײַ די לײענער מיט אַ הונדערט יאָר צוריק.
דער סטערעאָטיפּ פֿון די שװאַרצע אַפֿריקאַנער װי „װילדע חיות“ האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין ייִדיש און העברעיִש נאָך אין דער אַלטער הײם, כאָטש דאָרט האָט מען קײן מאָל ניט געזען קיין אַפֿריקאַנער. די עיקרדיקע השפּעה איז געװען פֿון דער אײראָפּעיִשער קולטור, אָבער דער דאָזיקער סטערעאָטיפּ האָט װאָרצלען אױך אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים. למשל, אין דער פּאָפּולערער ייִדישער איבערטײַטשונג פֿונעם חומש „צאינה וראינה“ שטייט למשל אַז די קינדער פֿון נוחס זון חם װעלן זײַן „פֿאַרשװאַרצט“ און „פֿאַרפֿינסטערט“ פֿאַר זײַנע זינד.
װען די אַמעריקאַנער ייִדישע זשורנאַליסטן האָבן געפּרוּװט צו דערקלערן זײערע לײענער די ראַסע־פּראָבלעם אין אַמעריקע, האָבן זײ צומאָל באַטראַכט דעם אַמעריקאַנער דרום דורך אַ מזרח־אײראָפּעיִשן שפּאַקטיװ. זײ האָבן פֿאַרגליכן דעם מצבֿ פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיטן מצבֿ פֿון רוסישע פּױערים. ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געטענהט, אַז די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון שקלאַפֿערײַ האָט זײ כּלומערש געמאַכט „טעמפּ“, „גראָב“ און „פֿױל“. די בײדע גרופּעס זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן בערך אײנצײַטיק, אין די 1860ער יאָרן.
אין אַמעריקע, שרײַבט ריבאַק, איז דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געװאָרן אַ מין גילגול פֿון אַ רוסישן פּױער. און אַבֿרהם כּהן האָט פֿאַרגליכן די דרומדיקע װײַסע מיט פּױלישע פּריצים: זײ זײַנען ברײטהאַרציק און העפֿלעך צװישן די אײגענע, אָבער זײ האַלטן ניט זײערע שקלאַפֿן אָדער פּױערים פֿאַר מענטשן.
אַפֿילו װען די פּראָגרעסיװע ייִדישע זשורנאַליסטן און כּלל־טוער, אַזעלכע װי ברוך װלאַדעק אָדער אַב קאַהאַן, האָבן פּראָטעסטירט קעגן געװאַלד לגבי אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אין דרומדיקע שטאַטן, האָבן זײ סײַ װי גענוצט ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן. די דאָזיקע סטערעאָטיפּן זײַנען ספּעציעל בולט אין פֿילצאָליקע קאַריקאַטורן אינעם הומאָריסטישן זשורנאַל „דער גרױסער קונדס“.
ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זײַנען צומאָל געװען שכנים אין די גרױסע שטעט. אין האַרלעם, ניו־יאָרק, בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, זײַנען ייִדן געװען די אײנציקע װײַסע תּושבֿים צװישן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. אָבער קײן פֿרײַנטשאַפֿט איז צװישן די בײדע גרופּעס ניט געװען, און אין יאָר 1930 זײַנען כּמעט קײן ייִדן אין האַרלעם ניט פֿאַרבליבן.
דער פּרינציפּ פֿון ראַסן־גלײַכקײט איז געװען װיכטיק פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטן, אָבער למעשׂה האָבן זײ געהאַט קנאַפּע דירעקטע קאָנטאַקטן מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. זײ האָבן אָנערקענט, אַז די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זײַנען געװען קרבנות פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, אָבער אָפֿט מאָל געקוקט אױף זײ מיט ביטול װי “ייִנגערע און שװאַכערע ברידער”.
די דאָזיקע אַמביװאַלענץ לגבי אַפֿראָ־אַמערקאַנער האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אױך אין די װערק פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער װי שלום אַש, יוסף אָפּאַטאָשו און ברוך גלאַזמאַן. זײ זײַנען געװען קעגנערס פֿון ראַסיזם, אָבער די פּאָרטרעטן פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּערסאָנאַזשן אין זײערע װערק נעמען כּסדר אַרײַן ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן. דאָס זעט מען בפֿירוש אין די באַשרײַבונגען פֿונעם פֿיזישן אױסזען, זײערע פּנימער און העװיות, װי למשל אין אָפּאַטאָשוס באַקאַנטער דערצײלונג „לינטשערײַ“. דאָס שאַפֿט אַ סתּירה צװישן דעם פּראָגרעסיװן עטישן וועלטבאַנעם און דעם נעגאַטיװן עסטעטישן אימאַזש, פֿאַרסך־הכּלט ריבאַק.
ריבאַק האָט דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. זײַן בוך איז פֿולגעפּאַקט מיט לעבעדיקע פּרטים פֿון טױזנטער פֿאַרשײדענע מקורים אױף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש. להיפּוך צו דעם רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־פֿאָרשערס, באַהאַנדלט ער ניט נאָר די מוסטערן פֿון דער „הױכער“ קולטור און פּראָגרעסיװער זשורנאַליסטיק, נאָר ער נעמט אין באַטראַכט די גאַנצע ייִדישע מאַסן־קולטור.
אַזאַ אַרומנעמיקער צוגאַנג האָט ריבאַקן דערמעגלעכט צו אַנטפּלעקן די גאַנצע רײ פֿון קאָמפּליצירטע און צומאָל סתּירותדיקע פּאָזיציעס פֿון מזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן לגבי דעם ראַסן־ענין אין אַמעריקע אין די ערשטע דרײַסיק יאָר פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
די פֿילצאָליקע בײַשפּילן שטיצן זײַן אַרגומענט, אַז ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען װײַט ניט געװען פֿרײַ פֿון ראַסיסטישע פּניות. אין דעם אַרגומענט שטעקט אַ שטיקל פּאָלעמיק קעגן דער טענדענץ אין הײַנטיקער ייִדיש־פֿאָרשונג װאָס באַטאָנט בלױז די פּראָגרעסיװע, אַנט־ראַסיסטישע טענדענצן אין דער אַמעריקאַנער ייִדיש־קולטור.
מען קען זאָגן, אַז די צואײגענונג פֿון ראַסיסטישע קלישעען בײַ ייִדישע אימיגראַנטן איז געװען אַ שריט אױפֿן װעג צו אַמעריקאַניזירונג. דאָס האָט זײ געלאָזט פֿילן זיך װי עכטע „װײַסע“ אַמעריקאַנער, װאָס איז געװאָרן שטאַרק אַקטועל אין יענער תּקופֿה פֿון דער שטאַרקער קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דאָס האָט זיך געביטן אין די 1930ער יאָרן, װען לינקע ייִדן האָבן אָנגעהױבן צו באַטראַכטן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער װי פּאָטענציעלע מיטקעמפֿער פֿאַר סאָציאַלער און עקאָנאָמישער יושרדיקײט.